נומער 23 זײַט 1 אַפּריל 2004 ניסן, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
(דריקט דאָס בילד) אַ קורצע געשיכטע פֿון משה רבנו און די באַפֿרײַונג פֿון די ייִדן פֿון מצרים פֿון שײַנדל גרינבלאַט און דבֿורה זילבערמאַן טױזנטער יאָרן צוריק איז אין מצרים געבױרן געװאָרן אַ ייִדיש ייִנגעלע. זײַן מאַמע האָט מורא געהאַט אַז די שלעכטע מצרים װעלן אים הרגנען צוזאַמען מיט די אַנדערע ייִדישע ייִנגלעך און זי האָט אים אַרײַנגעלײגט אין אַ קעסטל פֿון האָלץ און לײם. זי האָט אַרײַנגעלײגט דאָס קעסטל אין טײַך ניל. די בת מלכּה פֿון פּרעה האָט געפֿונען דאָס קעסטל און אָנגערופֿן דאָס ייִנגעלע משה װאָס מײַנט געקומען פֿון װאַסער און זי האָט אים גענומען פֿאַר איר אײגן זון. מיט יאָרן שפּעטער, װען משה איז געװאָרן אַ דערװאַקסענער האָט אים נישט געפֿאָלן װי אַזױ די מצרים האָבן באַהאַדלט די ייִדן אַלס שקלאַפֿן. אײַן מאָל איז משה געגאַנגען שפּאַצירן, און ער האָט געזען אַ מצרי שלאָגן אַ ייִדישן שקלאַף. ער האָט דערהרגט דעם מצרי און ער איז אַנטלאָפֿן צום מידבר.י (דריקט דאָס בילד) אין מידבר האָט ער דערזען אַ ברענענדיקן דאָרן װאָס האָט גערעדט צו אים. עס איז געװען דער שטים פֿון גאָט. גאָט האָט משהן געזאָגט צו גײן צוריק צו מצרים און זאָגן פּרעהן אַז ער זאָל באַפֿרײַען די ייִדן. משה האָט עס געטאָן. אָבער פּרעה האָט געזאָגט נײן. דאַן האָט גאָט געשיקט די צען מכּות אױף מצרים. ענדלעך האָט פּרעה געזאָגט אַז די ייִדן קענען גײַן פֿרײַ. די ייִדן זענען געגאַנגען צום רױטן ים און משה האָט עס געשפּאָלטן די ייִדן זאָלן אַריבער. די מצרים האָבן זײ נאָכגעיאָגט נאָר די ייִדן זענען אַריבער צו דער אַנדערער זײַט פֿון ים. פּלוצעם איז דאָס ים זיך צוזאַמענגעגאָסן און געװאָרן אײַנס און די מצרים זענען דערטרונקען געװאָרן און געשטאָרבן אין ים. די ייִדן זײַנען געװען פֿרײַ. משה האָט געפֿירט די ייִדן דורכן מידבר קײַן כּנען 40 יאָר. בײַם באַרג סיני האָט ער באַקומען די צען געבאָט פֿון גאָט און זײ געגעבן דעם פֿאָלק ישראל. אָבער גאָט איז געװען אין כּעת מיט אים און אים נישט אַרײַנגעלאָזט אין לאַנד. ער האָט נאָר געמעגט אָנקוקן דאָס לאַנד כּנען פֿון װײַטן און ער איז געשטאָרבן אין די בערג.י (דריקט דאָס בילד) |
! ברוך-הבא ! שלום עליכם (דריקט דאָס בילד) זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ רײזעלע זילבערמאַן פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן
(דריקט דאָס בילד) |
|