נומער 23 זײַט 2 אַפּריל 2004 ניסן, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
ייִדישע קעמפֿערס פֿון דבורה זילבערמאַן אַפּריל דער 19-טער איז אַ טאָג פֿון גרױסן טרױער און אָנדענק נאָך דעם שױדער פֿון חורבן, אין װעלכן 6 מיליִאָן ייִדן זענען אומגעבראַכט געװאָרן. מיר געדענקען דעם האַס װאָס די דײַטשן האָבן אױסגעלאָזט קעגן די ייִדן אין אײראָפּע. עס איז אַ זײער טרױעריקע צײַט, אָבער מיר געדענקען אױך װי ייִדן האָבן געקעמפֿט קעגן דעם שטאַרק באַװאָפֿענטן שׂונא אין דער צװײטער װעלט מלחמה.י (דריקט דאָס בילד) מענטשן האָבן געקעמפֿט אױף פֿאַרשידענע אופֿנים. טײַל ייִדן האָבן געשטעלט אַ פֿיזישן װידערשטאַנד װי געטאָ קעמפֿער און פּאַרטיזאַנער. מיר װײסן װעגן דעם גרױסן אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ (װעלכער איז אױסגעבראָכן דעם 19 -טן אַפּריל 1943) און אין די װילנער, טשעסטאָכאָװער, קאָװנער און אַנדערע געטאָס. מיר װײַסן אױך פֿון װידערשטאַנד אין די קאָנצענטראַציע לאַגערן װי אין טרעבלינקע, סאָביבאָר און אױשװיץ לאַגער. אַנדערע ייִדן האָבן געקעמפֿט װי פּאַרטיזאַנער אין די װעלדער אַרום װילנע און ביִאַליסטאָק און אין אַנדערע ערטער.י (דריקט דאָס בילד) און נאָך אַנדערע האָבן געקעמפֿט שטילערהײט, נישט פֿאַרלױרן דעם מוט, אױפֿגעהאַלטן זײער גלױבן און איבערגעלעבט די שרעקעלעכע שׂונים. די ייִדן האָבן געװיזן די דײַטשן און די װעלט אַז ייִדן זענען שטאַרק, האָבן בֿטחון און אַ סך מוט. זײַ האָב געקעמפֿט און האָבן איבערגעקומען און איִערגעלעבט טראָץ די שרעקלעכע אומשטענדן. זײַ האָב געראַטעװעט זיך און די צוקונפֿטיקע דורוס ייִדן.י (דריקט דאָס בילד) |
|