|
אַ פֿרײלעך, לוסטיק יום-טוב
פּסח
אַלעמען!י

(דריקט
דאָס בילד)
מײַן נאָמען איז פֿײגי. איך
בין די עלטסטע אין דער קלאַס. איך בין אױך געגאַנגען אין דער שלום
עליכם שול ביז דער זעקסטער קלאַס. דאַן בין איך געקומען צו דער דוד
המלך שול. דאָרט איז ניט געװען קײַן ייִדיש סטודיעס. איך האָב געקעמפֿט
פֿאַר ייִדיש דאָ 3 יאָר, מיטן הילף פֿון אַ סך מענטשן. איצט האָבן מיר
ייִדיש אױך דאָ.דאין
דער צוקונפֿט װיל איך פֿאָרן העלפֿן די ייִדן אין פּױלן. איך װיל
העלפֿן זײ לערנען ייִדיש און ייִדישע סטודיִעס. נאָך דעם װיל איך
פֿאָרן קײַן אַמעריקע און אפֿשר אַרבעטן אין דעם נאַציאָנאַלן ייִדישן
בוך צענטער
****
שלום, מײַן נאָמען
איז שײַנדל גרינבלאַט. איך בין פֿופֿצן יאָר אַלט. איך בין געבױרן
געװאָרן דעם 3טן מערץ, 1989. איך האָב ליב שפּילן טעאַטער און צו
זינגען. איך האָב ליב צו גײן זען פֿוסבאַל שפּילן. איך האָב זײער ליב
הינט. איך האָב אָנגעהױבן צו רעדן ייִדיש װען איך בין געװען אײן יאָר
אַלט. איך גײ אין ס.ק.י.פֿ זינט איך בין געװען אַכט יאָר אַלט
****
שלום, מײַן נאָמען
איז שמוען פֿינקעלשטײַן. איך האָב ליב ספּאָרט און ד.וו.ד פֿילמען. מיר
געפֿעלט מוזיק, און איך שפּיל די גיטאַר און איך זינג. בײַם סוף װאָך
גײַ איך צו די פֿוסבאַל שפּילן און איך שפּיל זיך אױפֿן קאָמפּיוטאָר.
איך האָב צװײַ קליגער הינט. זײַ הײַסן פּיטער און װענדי. איך בין געװען
אױפֿן ס.ק.י.פֿ זומער לאַגער שױן צװײַ מאָל. עס האָט מיר געפֿעלן און
דאָס איז מײַן לעבן!י
****
שלום! איך בין חנה
מאַלער, און איך בין פֿופֿצן יאָר אַלט. איך האָב געלערנט אין דער
ייִדישער שול מיט פֿיר יאָר צוריק. איך האָב פֿאַרגעסן אַ סך, אָבער
איך קען פֿאַרשטײַן אַ סך אין ייִדיש. איך האָב אַ קעצעלע, ער הײַסט
"מיסטשיף" װאָס מײַנט "לאָבוס" אין ענגליש. איך האָב אױך אַ הונט, ער
הײַסט "לאַקי" װאָס מײַנט "מזל" אין ענגליש
****
די יונגע גװאַרדיִע" איז געדרוקט
נוצנדיק רפאל פֿינקל'ס ייִדישע
שרײַבמאַשינקע"
http://www.cs.engr.uky.edu/~raphael/
yiddish/makeyiddish.html
און שאָשקע'ס ייִדישן שרײַב
פּראָגראַם,
http://www.shoshke.net/uyip/word2000.htm.
אַ שײַנעם דאַנק די ייִדישע
קאָמפּיוטערײַ מבֿינים פֿאַר זײַער מי און באַמיִונגען
|