נומער 23 זײַט 5 אַפּריל 2004 ניסן, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
פּסח הומאָר האָט איר צו פֿיל חמץ אין דער הײם?י נישטאָ קײן צײַט עס אױסרײניקן אָדער אױפֿעסן פֿאַר פּסח? זאָרגט זיך נישט!י איר קענט עס פֿאַרקױפֿן דורך דער אינטערנעץ!י דריקט די מצהלע און געפֿינט אױס װי אַזױ...י (דריקט דאָס בילד) *** משה הומאָר צוגעשטעלט פֿון שײנדל גרינבלט װאָס מײנסטו איז דער ריכטיקער ענטפֿער אױף דער פֿראַגע: פֿאַרװאָס האָט משה געפֿירט דאָס ייִדיש פֿאָלק אַרום און אַרום פֿערציק יאָר אין מידבר ביז ער האָט זײ ענדלעך צוגעפֿירט צום לאַנד פֿון מילך און האָניק?י אַ.גאָט האָט אים געװאָלט אױספּרוּװן ב.ער האָט ב'אמת געװאָלט הנאה האָבן פֿון דעם לאַנד פֿון מילך און האָניק ג.ער האָט נישט געװאָלט קײנעמען פֿרעגן אָנװײזונגען װוּ צו גײן *** שול הומאָר אַ װאַמפּיר אין דוד המלך שול (דריקט דאָס בילד) פֿון רײזל זילבערמאַן הײַנט, האָט די אָנפֿירערין פֿון דער דוד המלך שול אַנטדעקט אַן אױסטרעלישן סוד. זי האָט אונדז געזאָגט אַז זי גלױבט אַז אײנער פֿון די לערער פֿון די ייִדישע לימודים אין שול איז אַ װאַמפּיר. דאַמיִען גרין, איז דער לערער, און ער איז באַפֿי סאַמערס, די װאַמפּיר אומברענגערינס אַ קוזין.י דאָס איז נישט געװען אַ גרױסע סופּריז פֿאַר די סטודענטן. אײנע פֿון די סטודענטן, אונדזער אײגענער שימעלע פֿינקל, האָט געזאָגט:י י"איך האָב שױן לאַנג געטראַכט אַז ער איז געװען אַ װאַמפּיר, װײַל ער האָט פּראָבירט צו בײַסן מײַן האַלדז. װען איך האָב זיך דערװאוסט אַז ער איז אַ װאַמפּיר, האָט עס מיר נישט גע'אַרט."י גאָרנישט איז געטאָן געװאָרן װעגן דעם ענין מיט דאַמיִען און זײַן װאַמפּיריזם, װײַל זײ האָבן געזאָגט אַז ער איז גאָט'ס געשאַנק צו לערערײַ. און זײַן אַנדערער גרױסער פֿאַרדינסט איז דאָס װאָס ער קױפֿט "קינדערישע עסנס" פֿון דער שול קאַפֿעטעריִע.י ****
|
|