נומער 23 זײַט 6 אַפּריל 2004 ניסן, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
טײַערע פֿרײַנד,י װאָס מאַכט איר? דאָס איז געװען זײער אַ קאָמישער װיץ װעגן דעם ייִד װאָס האָט געשנאָרעט געלט און מיט דעם גאָלדבערג מענטש װאָס איז געװען אַ ייִד אָבער האָט געזאָגט "איך בין ניט קײן ייִד, מײַן טאַטע איז ניט געװען אַ ייִד, און מײַן זײַדע עליו-השלום איז ניט געװען אַ ייִד"!י איך האָב אַ װיץ פֿאַר אײַך: י י"קלאַפּ קלאַפּ...י י"װער איז דאָ?"י י"אַלף"י י"אַלף װער?"י י"אַלעפֿונונדז!"י האַ האַ האַ!!!!!י איר פֿאַרשטײט?י איך האָב געלײענט דעם אינטערװיו מיט אײַער באָבען. איר װײַסט װאָס?י-מײַן זײַדע איז אױך געקומען פֿון פּױלן!י אין װעלכער שול גײט איר? איך האָב אַ קעצעלע װאָס הײסט טאַשאַ. זי איז אַ טיגער קאַץ! איך מײן אַז ס'איז זײער שװער צו לײענען י"די יונגע גװאַרדיִע"י װען מען דרוקט עס מיט אַ שװאַרץ און װײַסע דרוקער. ס'איז זײער שײן אױף דעם עקראַן אָבער שװער צו לײענען פֿון פּאַפּיר. איך קען איצטער אָנהױבן לײענען דעם נײַעם נומער פֿון י"די יונגע גװאַרדיִע", אײַער ייִדישער פֿרײַנד,י טוביע באָטװיניק *** פֿון דער רעדאַקציע,י טײַערער טוביע,י אַ דאַנק פֿאַר דײַן פֿײַנעם און פֿאַרװײַלערישן בריװ, און דײַנע גוטע באַמערקונגען װעגן י"די יונגע גװאַרדיִע"י אױך. מיר זענען צופֿרידן װאָס די װיצן און אַרטיקלען געפֿעלן דיר. אַ דאַנק פֿאַר דײַן װיץ, עס איז זײער קלוג און קאָמיש. מיר מײַנען אַז ס'איז װיכטיק אַז די צײַטונג זאָל אױסזען שײן אױפֿן קאָמפּיוטער, און ביסט גערעכט, לײדער דרוקט עס זיך נישט אַזױ קלאָר שװאַרץ אױף װײַס. מיר זענען שילער פֿון דוד המלך שול און געװעזענע שילער פֿון דער שלום-עליכם שול. לײען װײַטער י"די יונגע גװאַרדיִע"י, האָב הנאַה און שרײב אָפֿט און שיק אונדז אַ בילד פֿון דײַן קעצעלע י"טאַשאַ".י מיט בעסטע האַרציקע ייִדישע גרוסן,י די רעדאַקציע פֿון י"די יונגע גװאַרדיִע"י |
בריװ אין/פֿון
רעדאַקציע שלום-עליכם!י איך הײס שלומת. איך װױן אין כאַרקאָװ, אוקראַיִנע. איך בין אַ לערערין פֿון ייִדיש אין אונדזער ייִדיש-צענטער. מיר אַרבעטן שױן אַ יאָר צײַט. פֿריער האָבן מיר געהאַט נאָר אײן גרופּע סטודענטן, װעלכע װילן לערנען זיך ייִדיש. איצט (21טן מערץ) עפֿענען מיר אַן אמתן ייִדיש-צענטער. דאָרט װעלן מיר האָבן צװײ ייִדיש לערן גרופּעס, אַ טעאַטער פֿון ייִדישע לידער, לעקטאָריום און מיר װעלן מאַכן אַ װעבזײַטל. כּמעט אַלע אונדזערע סטודענטן זײַנען ביז 30 יאָר אַלט. איצט פּרוּװן מיר געפֿינען חברים. מיר װעלן זײַן זײער גליקלעך דערװיסן זיך װעגן אײַער דערפֿאַרונג.י מיט האַרציקע גרוסן!י שלומת *** פֿון דער רעדאַקציע:י טײַערע שלומת, מיר װינטשן דיר און דײַנע מיטאַרבעטער און שילער אַ סך דערפֿאָלג מיט אײער װיכטיקער אַרבעט אין דעם נײַעם ייִדיש צענטער אין כאַרקאָװ. זײַט מצליח!י מיר װילן זיך אױך טײַלן װעגן אונדזער און אײַערער אַרבעט לטובת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. איר קענט לײענען מער װעגן אונדזער ייִדישן קולטור צענטער "קדימה" און װעגן דער שלום-עליכם שול אין מעלבורן אױף די זײַטלעך:-י אפֿשר װעט דאָס אײַך אױך העלפֿן. מיר װאָלטן אױך געװאָלט באַקומען אַרבעטן פֿן אײַערע סטודענטן און דרוקן זײ דאָ.י מיט האַרציקע ייִדישע גרוסן,י די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיִע"י
|
|