"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 23 זײַט 3                              אַפּריל 2004                                ניסן, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

דער אורח בײַם סדר

פֿון אַברהם רײַזען

דער שענסטער כּוס פֿון אַלע איז געװען אליהוס -דער טאַטע פֿלעגט דעם כּוס אַלײן צום סדר גרײטן, עס איז געװען אַ כּוס געמאָלט אין שײנע קװײַטן - מען האָט אים ניט פֿאַרביטן, ניט געמאַכט קײן טעות.י

 דער טאַטע פֿלעגט אים אָנגיסן הױך צו די ברעגן! און פֿאָרזיכטיק און מילד אַזױ פֿלעגט ער אים גיסן, דעם פֿײַנעם װײַן, פֿון ראָזשינקעס, דעם זיסן, פֿאַר אליהון אַלץ, פֿאַר זײַנעטװעגן...י

 די קינדע פֿלעגן אין געדאַנקען װײַט פֿאַרזינקען, די שפּיל איז זײ געװען אַזױ געפֿעלן; ניט מער - זײ װאָלטן זען בלױז אײן מאָל װעלן, װי אליהו קומט פֿון כּוס אַ ביסל טרינקען...י

און אײן מאָל - האָט מיטגעבראַכט פֿון שול דער טאַטע אַן אורה, װאָס מען האָט געגעבן אים צום סדר, ער איז געװען געקלײדט אין אַנדערשדיקע קלײדער - די באָרד אַ לאַנגע, גראָע און די אױגן מאַטע.י

מען האָט אַ כּוס געשטעלט פֿאַר אים, װי ס'פּאַסט פֿאַר לײַטן. ניט װײַט פֿון אליהוס כּוס, אין טיש אין מיטן, מען האָט צו יעדן מאָל געדאַרפֿט אים היטן ער זאָל, הלילה, ניט זײַן כּוס פֿאַרבײַטן...י

און נאָכן סדר איז דער אורח שטיל פֿאַרשװאונדן, באַטראַכט האָט יעדערער די כּוסות אין דעם שיסל - מע זעט, עס פֿעלט פֿון אליהוס כּוס אַ ביסל - און דעם אורחס אָבער פֿול און רױט געצונדן...י

דער טאַטע האָט געשמײכלט מיט הנאה, די מוטער איז פֿאַרחלומט אומגעגאַנגען, און מיר, די קינדער, האָבן װי געהערט געזאַנגען און געזען װי ס'שװעבט דער אורח-אליהו!י

י

פּאַרטיזאַנער הימען

 פֿון הירש גליק

 זאָג ניט קײן מאָל אַז דו גײסט דעם לעצטן װעג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלױע טעג. קומען װעט נאָך אונדזער אױסגעבענקטע שעה - ס'װעט אַ פּױק טאָן אונדזער טראָט - מיר זײַנען דאָ!י

 פֿון גרינעם פּאַלמענלאַנד ביז װײַסן לאַנד פֿון שנײ, מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער װײ, און װוּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, שפּראָצן װעט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט.י

ס'װעט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הײַנט, און דער נעכטן װעט פֿאַרשװינדן מיטן פֿײַנד, נאָר אױב פֿאַרזאַמען װעט די זון אין דעם קאַיִאָר - װי אַ פּאַראָל זאָל גײן דאָס ליד פֿון דור צו דור.יי

דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ, ס'איז ניט קײן לידל פֿון אַ פֿױגל אױף דער פֿרײַ, דאָס האָט אַ פֿאָלק צװישן פֿאַלנדיקע װענט דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט!י

טאָ זאָג ניט קײן מאָל אַז דו גײסט דעם לעצטן װעג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלױע טעג, קומען װעט נאָך אונדזער אױסגעבענקטע שעה - ס'װעט אַ פּױק טאָן אונדזער טראָט - מיר זײַנען דאָ!י

(דריקט דאָס בילד)

 

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זייט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"