"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 27 זײַט 1                             אויגוסט 2004                            אב, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

אַ קורצע געשיכטע פֿון אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך

געפֿאָרשט און צוגעגרייט

פֿון רחל ליסקאָטין מיט הילף פֿון חנה מאַלער

(דריקט דאָס בילד)

כּמעט במשך טױזנט יאָר איז ייִדיש געװען די הױפּט שפּראַך װאָס די אַשכּנזישע ייִדן האָבן גערעדט אין אײַראָפּע. אַנדערש פֿון די אַנדערע ייִדישע שפּראַכן, איז ייִדיש גענוצט געװאָרן װי אַ טאָג טעגלעכע שפּראַך פֿון מיליאָנען ייִדן פֿון פֿאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטן פֿון דער גאַנצער װעלט. און כאָטש דער מיטל פֿונעם 20 -טן יאָר הונדערט איז געװען דער סוף פֿון ייִדיש װי אַ ברײַט גערעדטער שפּראַך, זענען דאָ גרופּעס ייִדן װעלכע נוצן עס װי זײער הױפּט שפּראַך ביזן הײַנטיקן טאָג, און מען שטודירט ייִדיש אין אַ סך אוניװעסיטעטן אין פֿיל לענדער.י

דאָס אַנטװיקלונג פֿון ייִדיש: פֿיר עטאַפּן

אַ. פריערסטע תּקופֿה׃י

לינגװיסטן האָבן צעטײַלט דאָס אַנטװיקלונג פֿון ייִדיש אױף פֿיר עטאַפּן. מער װי אַ טױזנט יאָר איז ייִדיש געװאַקסן װי אַ דײַטשישע שפּראַך װאָס נעמט אַרײַן טײַלן פֿון אַלט העברעיש, אַראַמעיש, סלאַװישע און ראָמאַנישע שפּראַכן, אָבער אין די פֿריערסטע צײַטן איז געװען אַ ביסל אַנדערש.י

אָנפֿאַנג 10 -טן יאָר הונדערט האָבן ייִדן פֿון פֿראַנקרײַך און צפֿון איטאַליע, אָנגעהױבן גרינדן גרױסע קהילות אין דײַטשלאַנד צום ערשטן מאָל. קלענערע קהילות האָבן שױן עגזיסטירט דאָרט זינד די רױמישע צײַטן, אָבער די נײַע אימיגראַנטן אַרום דער טײַך רײַן, זענען אָנגעקומען רעדנדיק אַ ייִדיש־פֿראַנצױזישן דיאַלעקט באַקאַנט װי לאַאַז".יי"

המשך זײַט 2

(דריקט דאָס בילד)

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

(דריקט דאָס בילד)

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון  דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן.י

מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש.י

אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן(דריקט דאָס בילד)

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זייט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

יולי 2004

יוני 2004

מאי 2004

אַפּריל 2004
מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"