"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 27 זײַט 2                             אויגוסט 2004                            אב, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

אַ קורצע געשיכטע פֿון אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך

המשך פֿון  זײַט 1)י)

פֿון רחל ליסקאָטין מיט הילף פֿון חנה מאַלער

(דריקט דאָס בילד)

ב. אַלט ייִדיש

די נײַע אימיגראַנטן האָבן אָנגעהױבן רעדן ייִדיש באַשאָטן מיט װערטער און אױסדרוקן פֿון לאַאַז. פֿון דעם האָט זיך געשאַפֿן אַ װערסיע פֿון אַ ייִדישן־דײַטש פֿונעם מיטלעלטער, װעלכער האָט פֿאַרמאָגט עלעמענטן פֿון לאַאַז, ביבלישן און משניות העברעיש און אַראַמעיש, און דאָס איז געװאָרן די הױפּט שפּראַך פֿון די מערבֿ אײַראָפּעישע ייִדן. די איזאָלאַציע פֿון די ייִדישע קהילות נאָך די פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון די קרײַצלינגען האָט צוגעפֿירט צו א דערװײַטערונג אַװעק פֿון דײַטש צו אַ מער ייִדישער װערסיע פֿון דער שפּראַך.י

אין דעם 13 -טן יאָרהונדערט, האָבן אַ סך ייִדן אָנגעהױבן אַנטלױפֿן פֿון די פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון די קרײַצלינגען אױף מיזרח, און אַזױ אַרומעט איז ייִדיש אָנגעקומען קײן מיזרח דײַטשלאַנד, פּױלן און אַנדערע מיזרח אײַראָפּעישע טעריטאָריעס צום ערשטן מאָל.י

די סלאַװישע שפּראַכן אױף װעלכע די ייִדן האָבן זיך דאָרטן אָנגעטראָפֿן האָבן װידער געענדערט ייִדיש פֿון אַ דײַטשישן דיאַלעקט צו אַן אײַגנאַרטיקער ייִדישער שפּראַך, אַנדערש פֿון דעם ייִדיש װאָס איז גענוצט געװאָרן פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך.י

המשך אין דעם קומענדיקן נומערי

מײַקל מאָר אױף דער דעמאָקראַטישער נאַציאָנאַלער קאָנװענץ

(דריקט דאָס בילד)

װען ביל און הילאַרי קלינטאָן זענען אַרױף אױף דער בינע אױף דער דעמאָקראַטישער נאַציאָנאַלער קאָנװענץ, האָט אַ גרױסער עולם פֿון פֿאָטאָגראַפֿיסטן און זשורנאַליסטן אַרײַנגעדרינגען אין דעם פֿליט צענטער. י

אין מיטן פֿון זײ איז געװען אַ נישט אײַנגעלאַדענער גאַסט מײַקל מאָר, װעלכער האָט נישט באַקומען אַן אײַנלאַדונג פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטײַ טראָץ זײַן פֿילם "פֿאַרענהײט\9\11"י װאָס האָט שטאַרק קריטיקירט פּרעזידענט בוש.י

עס איז געװען געזאָגט אַז דאָס איז געשען װײַל מאָר איז זײער ספּאָנטאַניש און די קאָנװענץ איז געװען זײער אױספּלאַנירט װי אַ שעקספּירישע שפּיל. שפּעטער האָט מאָר געזאָגט אַז ער האָט נישט געשטיצט קײנעם פֿון די קאַנדידאַטן.י

(דריקט דאָס בילד)

 

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זייט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

יולי 2004

יוני 2004

מאי 2004

אַפּריל 2004
מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"