נומער 27 זײַט 4 אויגוסט 2004 אב, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אָבער רײזן איז געװאָרן בײז און האָט אים װידער געענטפֿערט דאָס זעלבע, "נײן!", און זי האָט אים צעשלאָגן און אַרױסגעװאָרפֿן אױף דער גאַס, װוּ אַן אױטאָמאָביל האָט אים איבערגעפֿאָרן און אַ גרױסער שטשור האָט אױפֿגעגעסן זײַן קערפּער.י די צװײטע נאַכט איז צו רײזן און שימאָל געקומען דער גילגול פֿון דעם מאַן און געזאָגט׃י " העלפֿט מיר, אױב נישט װעל איך אײַך דערהרגנען װײַל איר האָט מיך דערהרגט"...י װעלן אונדזערע העלדן קענען אַרױס לעבעדיקערהײט? פֿאַרװאָס העלפֿן זײ נישט דעם מאַן און זײן גילגול? װאָס װאָלט איר געטאָן?י האָט איר עצות פאַר אונדזערע העלדן? שרײַבט זײ, און קוקט אין קומענדיקן נומער פֿון "די יונגע גװאַרדיע" זיך צו דערװיסן װאָס געשערט װײַטער.י שרײַבט צו׃י demongirl11@hotmail.com אָדער sman41@hotmail.com *** קענט איר לײַזן דעם אָלימפּישן פּראָבלעם?י (דריקט דאָס בילד) די 5 אָלימפּישע רינגען פּאַרמאָגן 9 באַזונדערע טײַלן. שרײַבט אַרײַן ציפּערן פֿון 1 ביז 9, אַזױ אַז די סומע פֿון יעדן רינגס ציפֿערן זאָל זײַן די זעלבע.י ***
װאָס באַדײַטן די פֿינף רינגען פֿון דעם אָלימפּישן סימבאָל?י *** װאָס הערט זיך בײַ די אָלימפּישע שפּילן?י (דריקט דאָס בילד)
|
ַאַמאָל איז געװען אַ מעשה...י אױסגעטראַכט פֿון רײזל זילבערמאַן און שימעון פֿינקעלשטײַן
דאָס לעצטע מאָל האָבן מיר געלײענט װעגן אונדזערע העלדן שימאָל און רײזן׃י אַמאָל איז געװען אַ ייִנגל װאָס האָט געהײַסן שימאָל פֿינקלזיצנער. ער האָט געהאַט אַ פֿרײַנט װאָס האָט געהײסן רײזן זילבערפֿרױ.י אין אײַנעם אַ טאָג איז צו זײ צוגעקומען אַ מאַן אױף דער גאַס, און זײ געפֿרעגט צו זײ קענען אים אַרױסהעלפֿן.י שימאָל און רײזן האָבן אים געזאָגט אַז כּודם װאָלטן זײ געװאָלט װיסן װאָס זײ באַדאַרפֿן טאָן? האָט ער געענטפֿערט׃ "מיר מוזן ראַטעװען די װעלט!"י שימאָל און רײזן האָבן נישט געװוּסט װאָס צו טאָן, און צו דער מאַן איז ערנסט... י איצט לײענט װײַטער׃י האָבן רײזן און שימאָל געזאָגט: י"נײן"! "מיר האָבן מער װיכטיקע זאַכן צו טאָן."י י"מער װיכטיק װי צו ראַטעװען די װעלט?", האָט דער מאַן געפֿרעגט און װידער געבעטן׃ "ביטע, ביטע. מיר מוזן האָבן אײַער הילף."י אָבער רײזן און שימאָל האָבן װידער געענטפֿערט "נײן", און רײזן און שימאָל זענען געגאַנגען אַהײם צו זײער באַהעלטעניש. און װען שימאָל האָט געװאָלט גײן שלאָפֿן, איז ער צוגעגאַנגען צום פֿענצטער און געװאָלט עס פֿאַרמאַכן, איז דער מאַן שױן געשטאַנען אין דרױסן און װײַטער געבעטן, "ביטע העלפֿט מיר"י אָבער שימאָל איז געבליבן בײם זעלבן און װידער געענטפֿערט "נײן", און האָט פֿאַרמאַכט דאָס פֿענצטער. אין מיטן נאַכט, האָט דער מאַן זיך אַרײַנגעריסן אין רײזנס שלאָף צימער און געשריגן אױף אַ קול׃ "ביטע העלפֿט מיר, איר מוזט מיר העלפֿן!!"י
|