נומער 19 זײַט 1 דעצעמבער 2003 כּסלו, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
מיר װינטשן אַלעמען אַ פֿרײלעך יום-טובֿ חנוכּה!י פֿון פֿײגי זילבערמאַן ![]() דעם יאָר הײבט חנוכּה זיך אָן די נאַכט פֿון פֿרײַטיק דעם 19טן דעצעמבער-דעם 25טן כּסלו. אין דעם יום-טובֿ געדענקען מיר דעם װידערשטאַנד פֿון די מכּבעיער קעגן די גריכיש-אַסירישע אימפּעריע און דעם שלעכטן מלך אַנטיוכוס עפּיפֿאַנוס. חנוכּה װערט אױך גערופֿן דער יום-טובֿ פֿון ליכט, און עס ציט זיך איבער אַכט טעג. דער חנוכּה מנורה הײַסט אַ חנוקיעה, און עס האַלט נײַן ליכטלעך. דאָס זײַנען די אַכט ליכט פֿאַר יעדער נאַכט פֿון חנוכּה און אַ נײַנטער װאָס מען רופֿט אַ שׂמת און װאָס צינד אָן די אַנדערע ליכטלעך. מען שטעלט די ליכטלעך אַרײַן פֿון רעכטס אױף לינקס אָבער מען צינדט די ליכטלעך פֿון לינקס אױף רעכטס. אַ באַקאַנטער סימבאָל פֿון חנוכּך איז דאָס דרײדל. אױף יעדער זײַט פֿונעם דרײדל איז פֿאַרשריבן אַן אות. די פֿיר אותיות זײַנען "ש", "ה", "ג", און "נ", װאָס באַדײַט בקיצור אין לשון קדוש: "גרױסער נס האָט געשען". װען מען שפּילט אין דרײדל האָבן די אותות אַן אַנדערן באַדײַט. מען זעצט זיך אין אַ ראָד און יעדער שפּילער לײַגט צװײ ניס אין מיטן. יעדער שפּילער דרײט דעם דרײדל. װען דאָס דרײדל שטעלט זיך זעט מען װאָס פֿאַראַ אות עס װײַזט. "נ" מײַנט אַז מען נעמט גאָרנישט, "ג" מײַנט אַז דער שפּילער נעמט אַלע ניס פֿון מיטן און די אַנדערע מוזן װידער אַרײַנשטעלן צו צװײַ ניס, "ה" מײַנט אַז מען נעמט אַ העלפֿט פֿון די ניס און "ש" מײַנט אַז דער שפּילער שטעלט אַרײַן צװײַ ניס. מען שפּילט ביז אײַנער פֿון די שפּילער האָט די אַלע ניס. יעדער נאַכט פֿון חנוכּה באַקומען ייִדישע קינדער מתּנות, אָדער חנוכּה געלט. חנוכּה עסט מען געשמאַקע לאַטקעס און פּאָנטשקעס.י |
! ברוך-הבא ! שלום עליכם (דריקט דאָס בילד) זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ רײזעלע זילבערמאַן פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן (דריקט דאָס בילד) |
|