נומער 19 זײַט 2 דעצעמבער 2003 כּסלו, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
עס ענדיקט זיך דער שול יאָר פֿון פֿײגי זילבערמאַן עס איז געקומען דער זומער און עס איז דער הײסער זמן אין מעלבורן. מיר האָבן װאַסער באַגרענעצונגען װײַל עס האַלט אָן אַ טריקעניש שױן עטלעכע יאָר און עס פֿאַלט ניט גענוג רעגנס. מיר האָבן בלױז 49% פֿון די באַדערפֿענישן פֿאַר װאַסער אין די רעסערװאואַרן.י עס איז אויך אַ סקאַנדאַל װײַל קינדער װאָס האָבן געענדיקט זײער שול סטודיִעס קענען נישט האַלטן װאַסער קאַמפֿן, און אין מיטן פֿון אַ הײסער זומער דאַרף מען האָבן װאַסער קאַמפֿן זיך אָפּצוקילן. עס איז אַ שװערע צײַט, ס'איז הײס, און קײַנער װיל נישט זײַן אין שול מער, אָבער מערסטן טײל קינדער ענדיקן די שול ערשט דעם 17טן דעצעמבער. איך בין אין דער עלפֿטער קלאַס, און איך האָב געענדיקט די שול דעם פֿינפֿטן דעצעמבער, און אַ סך פֿון מײַנע פֿרײַנד האָבן שױן געענדיקט. עס איז אינגאַנצן נישט שלעכט. מיר האָבן אַ סך סוף יאָר שׂימחות, און מיר קױפֿן מתּנות פֿאַר חנוכּה.י (דריקט דאָס בילד) אין מעלבורן איז אױך דאָ אַ גרױס געשעפֿט װאָס הײסט מײערס. יעדעס יאָר מאַכן זײ באַװעגלעכע אױסשטעלונגען פֿון באַװוּסטע קינדישע מעשות. דעם יאָר איז די אױסשטעלונג געװידמעט די מעשה י"גרינטש", אָבער מענטשן פֿון אַלע פֿעלקער און יעדן עלטער האָבן ליב די אױסשטעלונגען צו גלײַכן. אין צװײ װאָכן אַרום פֿאָר איך אַרױס אױפֿן "ס.ק.י.פֿ" זומער לאַגער. די אַנדערע ייִדישע יונגנט גרופּעס האָבן אױך אַ זומער לאַגער, אָבער פֿאַר אַ קורצערער צײַט. האָט אַ גוט יום-טובֿ חנוכּה און גוט איבער די פֿעריען...י (דריקט דאָס בילד) |
|