נומער 19 זײַט 5 דעצעמבער 2003 כּסלו, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אַ פֿאַרגלײַך צװישן ניטל און חנוכּה (דריקט דאָס בילד) י 9. אַ גױיִשער הײם װאָס גרײט זיך פֿאַרן ניטל טאָג שמעקט פּרעכטיק. מען באַקט קיכלעך, די סאָסנע שמעקט. פֿרײלעכע מענטשן פֿאַרזאַמלען זיך אַרום דעם בױם. אַ ייִדישער הײם װאָס גרײט זיך פֿאַר חנוכּה שמעקט פֿון אײַל און קאַרטאָפֿל און ציבל און פּרעגלען. עס איז אָנגעפֿילט מיט מענטשן װאָס אַלע רעדן צוזאַמען, אין אײַן מאָל, און אײַנער װיל איבערשרײען דעם אַנדערן.י י 10. ניטל צײַט זענען די פֿרױען פֿאַרנומען אָבער פֿרײלעך. זײ באַקן קיכעלעך און בראָטן אינדיקעס. די ייִדישע פֿרױען רײַבן זיך אָפּ די פֿינגער מיטן קאַרטאָפֿל רײַבן און דאָס ציבל שטאַכט אין די אױגן און זײ װײנען אָן אױפֿהער, און מען ברענט זיך אָפּ בײַם פּרעגלען די לאַטקעס פֿאַר חנוכּה. נאָך אַ דערמאָנונג פֿון די ייִדישע לײדן אין אונדזער געשיכטע.י י 11. אינעם ניטל טאָג שענקען די עלטערן די קינדער מתּונות װאָס דער פֿאָטער פֿראָסט האָט זײ געבראַכט. ייִדישע עלטערן אָפֿט מאָל גיבן נישט קײן חנוכּה געלט ביז דער 8-טער נאַכט.י י 12. די הױפּט העלדן אין דער ניטל דערצײַלונג האָבן נעמען װאָס מען קען גרינג אַרױסרעדן װי מערי, יוסף און ישו-יעזוס. די העלדן אין דער חנוכּה דערצײַלונג האָבן נעמען װי: אַנטיוכוס עפּיפֿאַנוס, מתּתיהו כּוהן גדול, די השמונאים און יהודה המכּבי. קײנער קען זײ נישט ריכטיק אַרױסרעדן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט קען מען זאָגן װאָס מען װיל און די נישט ייִדן װעלן מײנען אַז מיר זענען זײער קלוג און מיר קענען אונדזער געשיכטע.י י 13. אַ סך קריסטן גלױבן אַז מערי איז געװען אַ בתולה װען זי האָט געבױרן ישו. ייִדן טראַכטן,י"יוסלע, בובעלע, ביסט אַ נאַר. דײַן פֿרױ שװאַנגערט. דו ביסט מיט איר נישט געװען, און איצט װילסטו זאָגן אַז גאָט איז שולדיק? דאָ איז דער טעלעפֿאָן נומער פֿון מײַן פּסיכיאַטר"י.י י 14. די לעצטע יאָרן איז ניטל געװאָרן װאָס אַ מאָל מער און מער קאָמערסיאַל, מען קױפֿט און פֿאַרקױפֿט. דאָס זעלבע איז געשען מיט חנוכּה, אַפֿילו װען עס איז נישט אַזאַ גרױסער יום-טוב. עס לײַגט זיך אױפֿן שׂכל. װי אַזױ װאָלט מען געקענט פֿאַרקױפֿן אַזעלכע יום-טובים װי יום-כּיפּור און פּאַסכע? בעסער זאָל עס בלײַבן פֿאַר ניטל און חנוכּה!י |
אַ פֿאַרגלײַך צװישן חנוכּה און ניטל געזאַמלט פֿון רחל ליסקאָטין (דריקט דאָס בילד) י 1. ניטל פֿאַלט אױס אין אײַן טאָג, דעם זעלבן טאָג יעדן יאָר: דעצעמבער דעם 25-טן. ייִדן האָבן אױך ליב דעצעמבער דעם 25-טן. מען גײט נישט אין שול און צו דער אַרבעט אָבער מען קריגט באַצאָלט. מיר גײען אין קינאָס און עסן אין כינעזישע רעסטאָראַנען און טאַנצן ישראל טענץ. חנוכּה ציט זיך איבער 8 טעג. עס הײבט זיך אָן ערבֿ כ"ד 24-טן כּסלו, און ייִדן װײסן קײנמאָל נישט װען דאָס װעט זײַן אױפֿן אַלגעמײַנעם קאַלענדאַר ביז אַ נישט ייִדישער פֿרײַנד פֿרעגט זײ װען חנוכּה פֿאַלט אױס, און צװינגט אונדז אַרײַנקוקן אין אַ קאַלענדאַר, מיר זאָלן נישט אױסזען װי נאַראָנים. מיר האָבן אַלע דעם זעלבן ייִדישן קאַלענדאַר צוגעשיקט בחינם אַלס דאַנק פֿאַר אַ באַשטײַערונג פֿונעם "קרן קימתּ לישראל" אָדער דעם כּשרן קצב אָדער דער היגער שיל אָדער דער ייִדישער שול.י י 2. ניטל איז אַ הױפּט פֿעסיװאַל הגם חנוכּה איז אַ קלײנער יום-טובֿ מיט דער זעלבער טעמע װי כּמעט אַלע ייִדישע יום-טובֿים. זײ, די שונים האָבן געװאָלט אונדז אױסהרגענען, מיר האָבן זײ איבערגעלעבט, לאָמיר עסן.י י 3. ניטל צײַט קריגט מען שײַנע מתּנות װי צירונג, פּערפֿומען, רעקאָרדירונגען, מאָביל טעלעפֿאָנען און קאָמפּיוטאָרן און קלאַנג און בילד אַפּאַראַטן...י אָבער ייִדן קריגן חנוכּה צײַט פּראַקטישע מתּנות װי נײַע גאַטקעס, זאָקן אָדער געזאַמלטע װערק פֿונעם רמבם, װעלכע זעען אױס אימפּאָזאַנט אױף דער פּאָליצע אָבער קײנער לײענט עס נישט.י י 4. ניטל שרײבט מען אױף אײַן אופֿן, אָבער קײנער איז נישט מסכּים װי צו שרײבן חנוכּה אין ענגליש.י י 5. ניטל איז שװער פֿאַר די מענער װײַל די פֿרױען דערװאַרטן ספּיציעלע מתּנות. ייִדישע מענער האָבן נישט די צרות. קײנער ערװאַרט נישט אַ בריליאַנטענעם רינגל פֿאַר חנוכּה.י י 6. די ניטל ליכט קאָסטן אַ מאַיִאָנטעק אין לעקטרע. חנוכּה צינדן מיר ליכטלעך און עס קאָסט כּמעט גאָרנישט, און דערצו פֿילט מען זיך בעסער װײַל מען שעדיקט נישט די אַרומיקע סבֿיבֿה.י י 8. ניטל געזאַנגען זענען זײער שײן און פּאָעטיש. חנוכּה לידלעך זענען װעגן דרײדלעך געמאַכט פֿון לײם אָדער די מכּבײער קעמפֿער. אַװדאי, שטילערהײט זענען מיר שטאָלץ מיט דעם װאָס אַ סך פֿון די שענסטע ניטל לידער זענען פֿאַרפֿאַסט און געשריבן געװאָרן דורך ייִדן װי ירװינג בערלין. און באַרבאַראַ סטרײַסאַנד און ניל דײַמאָנד זינגען זײַ אױך זײער שײן.י
|
|