נומער 31 זײַט 2 דעצעמבער 2006 טבת, תשס"ז
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
יאַשאַ שער ע'ה
פֿון רייזל זילבערמאַן איין באַוואוסטע פּערזאָן וועלכע האָט געמאַכט אַן אײַנדרוק אויף מיר במשך פֿון מײַנע שטודיעס אין דעם לימוד "די גענויע שטודיע" איז געווען יאַשאַ שער ע'ה. יאַשאַ שער, אַ באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר אין מעלבורן, האָט געבראַכט ייִדישן שטעטל הומאָר צו מעלבורן. יאַשאַ שער האָט שטודירט דראַמע אין זײַן היים-שטאָט ריגע, אין לאַטוויע. אָבער אין יאָר 1939, בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, האָט ער געדאַרפֿט עמיגרירן קיין מעלבורן, אויסטראַליע. צוויי טעג נאָך זײַן אָנקומען קיין מעלבורן, האָט ער אָנגעהויבן פּראָבעס פֿאַר אַ הויפּט-ראָלע מיט דעם היגן דוד הערמאַן טעאַטער. יאַשאַ שער איז געווען אַ פֿײַנער אַקטיאָר. ער האָט גערעדט אַ גוטן ייִדיש און ער איז געווען אַ גוטער כאַראַקטאָר און קאָמעדיע אַקטיאָר. ער איז אויך געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון די אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס. ער האָט געאַרבעט אין ייִדישן ראַדיאָ בײַ "עס. בי. עס." ער איז געווען דער פּרעזידענט פֿון דער "קדימה". ער האָט געהאַט אַ דרײַ און פֿופֿציק יאָריקע קאַריערע פֿון שפּילן טעאַטער און רעזשיסירן מיט דעם דוד הערמאַן טעאַטער. זײַן לעצטע פּיעסע איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין יאָר 1992 ער איז געשטאָרבן מיט דרײַ יאָר שפּעטער. יאַשאַ שער האָט געבראַכט דאָס שטעטל לעבן און דאָס ברייטערע ייִדישע לעבן פֿון אייראָפּע קיין מעלבורן און דאָס איז געווען וויכטיק פֿאַר נײַע ייִדישע אימיגראַנטן אין מעלבורן. זײַנע באַמיונגען און זײַן אַרבעט פֿאַר דער מעלבורנער ייִדישער קהילה וועלן מיר אייביק געדענקען. כּבֿוד זײַן אָנדענק (דריקט דאָס בילד)
|
דאָס לעבן פֿון אַ יידישן אימיגראַנט (דריקט דאָס בילד) פֿון דבֿורה זילבערמאַן ווי אַזוי האָט אויסגעזען דאָס לעבן פֿון אַ יידישן אימיגראַנט אין דער פֿאַרגאַנגענהייט? דער הויך פּונקט פֿון דער יידישער אימיגראַציע איז געווען צווישן די יאָרן 1890 און 1924, אַחוץ די מלחמה יאָרן. ייִדן, ספּעציעל אין מזרח אייראָפּע, האָבן געוואָלט אימיגרירן קיין אַנדערע לענדער פֿאַר פֿאַרשידענע סיבות. קודם-כּל האָבן אַ סך ייִדן פֿון מזרח אייראָפּע געוואָלט זיך ראַטעווען פֿון דעם אַנטיסעמיטיזם וואָס האָט געהערשט אין מזרח אייראָפּע. אַנדערע ייִדן האָבן געמיינט אַז די באַדינגונגען זענען געווען בעסער אין אַנדערע לענדער. דאָס זענען געווען די הויפּט סיבות פֿאַרוואָס ייִדן האָבן אימיגרירט פֿון דער אַלטער היים. ווי נײַע אימיגראַנטן, זענען די ייִדן דורכגעגאַנגען פֿאַרשידענע עטאַפּן פֿון אײַנגלידערונג אינעם נײַעם לאַנד. די מערהייט פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געוואָלט וווינען נאָענט צו אַנדערע ייִדן, אַזוי ווי זיי האָבן עס געטאָן אין די שטעט און שטעטלעך אין מזרח אייראָפּע. משפּחות האָבן געוואָלט וווינען צוזאַמען אין איין דירה און אפֿילו טייל מאָל אין איין צימער. ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געעפֿנט שולן, חדרים און לאַנדסמאַנשאַפֿטן. די אַרבעטס באַדינגונגען זענען אויך געווען זייער שווערע. אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געדאַרפֿט אַרבעטן אין די "סוועט שאָפֿס" שוויץ וואַרשטאַטן. דאָרטן האָט מען געדאַרפֿט אַרבעטן אונטער זייער שווערע באַדינגונגען, צום בײַשפּיל די לאַנגע אַרבעטס שעהען. באַלעבאַטים האָבן אויסגענוצט ייִדישע אימיגראַנטן אין די "סוועט שאָפּס" ווײַל די מערהייט גרינע זענען געווען זייער נאַיוו און נישט געהאַט קיין סך ברירות. אַ סך פֿון די נייע אימיגראַנטן האָבן גערעדט נאָר ייִדיש און נישט געקענט די לאַנדשפּראַך פֿון זייערע נייע לענדער. זיי האָבן געדאַרפֿט זיך אויסלערנען אַ נײַע שפּראַך, אַז זיי זאָלן קענען זײַן נוצלעכע מיטגלידער פֿון זייערע קהילות און פֿאַרבעסערן זייערע לעבנס. דאָס אויסלערנען זיך די נייע שפּראַכן איז נישט געווען אַזוי גוט פֿאַר ייִדיש, ווײַל עס האָט געמיינט אַז ייִדישע אימיגראַנטן האָבן שוין נישט גערעדט קיין ייִדיש. די מערהייט פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן אויך געמיינט אַז עס איז וויכטיק געווען זיך צו אַסימילירן. זיי האָבן געטראַכט אַז צו ווערן אַן אמתער מיטגליד פֿון דער נײַער געזעלשאַפֿט און צוליב פֿרנסה, האָבן זיי זיך באַדאַרפֿט אַסימילירן ווי אַמשנעלסטן. אַסימילירן זיך האָט געמיינט לערנען און נוצן נאָר די נײַע שפּראַך, טראָגן די מאָדערנע און פּאָפּולערע מלבושים, וווינען צווישן נישט ייִדן א.אַ.וו. *** היי יאָר האָבן די רעדאַקטאָרן פֿון "די יונגע גוואַרדיע" געענדיקט ווי.סי.אי. (מאַטורע) אין ייִדיש. מיר האָבן געלערנט זיך וועגן באַרימטע ייִדישע שרײַבערס, די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך וועגן ייִדישע צײַטונגען, פֿילמען, טעאַטער, ראַדיאָ, אינטערנעץ און אויך וועגן ייִדישער אימיגראַציע קיין אַמעריקע, ישראל און אויסטראַליע. טייל פֿון די אַרטיקלען זענען ספּעציעל געשריבן געוואָרן פֿאַר דעם נומער פֿון "די יונגע גוואַרדיע" אויף די פֿאַרשידענע טעמעס וואָס מיר האָבן געלערנט הײַ יאָר, און טייל פֿון די אַרטיקלען זענען אַדאַפּטירט געוואָרן פֿון די אַרבעטן מיר האָבן געשריבן אין קלאַס.
|