"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 31 זײַט 7                  דעצעמבער 2006                       טבת, תשס"ז

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

די רעדאַקטאָרן

(דריקט דאָס בילד)

איך הײס דבֿורה זילבערמאַן. איך גײַ אין דוד המלך שול. איך האָב גראַדואַיִרט פֿון שלום עליכם שול און האָב געלערנט ייִדיש דאָ אױך. היי יאָר בין איך געווען אַ שילערין פון דעם ערשטן ווי.סי.אי. יידיש קלאַס. דער הויך פּונקט פון די שטודיעס היי יאָר איז געווען לערנען זיך וועגן יידישער אימיגרציע קיין אַמעריקע און אויסטראַליע, ווייל איך האָב געקענט לערנען וועגן וואָס   מײַנע עלטער באָבע-זיידעס האָבן געדאַרפט דורכלעבן ווי אימיגרנטן. ווי.סי.אי. קלאַסן זענען געווען זייער באַלערנדיק און פאַרוויילעריש.  מײַן באַליבסטע חיה איז אַ דאָלפֿין פֿיש. איך האָב ליב דעם קאָליר פּורפּור. איך האָב אױך ליב צו צײכענען און מאָלן בילדער און איך האָב גערן צוצוהערן זיך צו מוזיק. איך גײַ צו אַ יוגנט גרופּע װאָס הײַסט ס.ק.י.פֿ. מײַן באָבע און זײַדע פֿון טאַטנס צד זענען געבױרן געװאָרן אין װילנע אין פּױלן, און מײַן באָבע און זײַדע פֿון מאַמעס צד זענען געבױרן געװאָרן אין ניו יאָרק. מײַן מאַמע איז געבױרן געװאָרן אין בראָנקס ניו יאָרק, און מײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליִע. איך בין אױך געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליִע. איך װיל העלפֿן צו שאַפֿן ייִדישע קלאַסן און לערנען קינדער ייִדיש. איך װיל העלפֿן שאַפֿן מער ייִדיש קאַנאַלן אױף דער ראַדיִאָ און אַ ייִדיש קאַנאַל אױף דער טעלעװיזיִע און איך װיל מאַכן טעלעװיזיִע רעקלאַמעס װעגן רעדן ייִדיש. איך װיל אױך שאַפֿן ייִדישע ביכער קלובן

***

שלום, מײַן נאָמען איז שײַנדל גרינבלאַט. איך בין אַ מיטגליד פון דעם ערשטן ווי.סי.אי. קלאַס אין דוד המלך שול. עס איז געווען אַ זייער גוטע דערפאַרונג און עס הט פאַרבעסערט מײַן יידיש.  עס איז וויכטיק צו פאַרזיכערן אַז יידיש זאָל אָנגיין צווישן די דורותָ. איך בין געבױרן געװאָרן דעם 3טן מערץ, 1989. איך האָב ליב שפּילן טעאַטער און צו זינגען. איך האָב ליב צו גײן זען פֿוסבאַל שפּילן. איך האָב זײער ליב הינט. איך האָב אָנגעהױבן צו רעדן ייִדיש װען איך בין געװען אײן יאָר אַלט. איך גײ אין ס.ק.י.פֿ זינט איך בין געװען אַכט יאָר אַלט

****

שלום, מײַן נאָמען איז שמעון פֿינקעלשטײַן. איך האָב ליב ספּאָרט און ד.וו.ד פֿילמען. מיר געפֿעלט מוזיק, און איך שפּיל די גיטאַרע און איך זינג. בײַם סוף װאָך גײַ איך צו די פֿוסבאַל שפּילן און איך שפּיל זיך אױפֿן קאָמפּיוטאָר. איך האָב אַ קליגן הונט. ער הײַסט פּיטער. איך בין געװען אױפֿן ס.ק.י.פֿ זומער לאַגער שױן צװײַ מאָל.  היי יאַר האַב איך שטודירט ווי.סי.אי. יידיש און עס איז געווען איינע פון די בעסטע דערפאַרונגען אין מײַן לעבן! עס איז געווען אַ  זייער גוטע געלגנהייט צו פאַ רבעסערן מײַן מאַמע לשוןי

****

שלום! איך בין חנה מאַלער, און איך בין זיביצן יאָר אַלט. איך האָב געלערנט אין דער ייִדישער שול מיט זעקס יאָר צוריק. איך האָב פֿאַרגעסן אַ סך, אָבער איך קען פֿאַרשטײַן אַ סך אין ייִדיש. איך האָב אַ קעצעלע, ער הײַסט "מיסטשיף" װאָס מײַנט י"לאָבוס" אין ענגליש. איך האָב אױך אַ הונט, ער הײַסט "לאַקי" װאָס מײַנט "מזל" אין ענגליש

 

פֿון דער רעדאַקציע

(דריקט דאָס בילד)

טײַערע לײענער און פֿרײַנד 

האָט אַ פֿרײלעך יום טובֿ חנוכּהי

עסט אַ סך לאַטקעס און פּאָנטשקעס

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ישוב, װי עס זאָל נאָר נישט זײַן.י

***

די רעדאַקטאָרן

מײַן נאָמען איז רחל.  איך האָב זיך געלערנט אין דער ערשטער ווי.סי.אי. קלאַס אין דער דוד המלך שול אין מעלבורן. איך האָב אויך געלערנט זיך ייִדיש אין דער שלום-עליכם שול. איך האָב ליב קונסט.  אין מײַן משפּחה זענען דאָ פֿיר מענטשן, מײַן מאַמע, מײַן טאַטע און מײַן ברודער. איך האָב אױך זעקס פֿיש און מיר האָבן אַ הױז אין סאָרענטאָ בײַם ים, װאָס מײַן באָבע און זײַדע האָבן געקױפֿט פֿאַר אונדז צו נוצן אין די פֿעריען

***

מײַן נאָמען איז רײַזעלע זילבערמאַן. איך בין 17צן יאָר אַלט. איך לערן זיך אינעם עלפטן קלאַס אינעם דוד המלך שול. איך װױן אין אױסטראַליִע, אין מעלבורן. איך בין אַן אַביטוריענטן פֿונעם שלום עליכם שול װאָס לערנט ייִדיש פֿון קינדערגאָרטן ביזן 6טן קלאַס. אַלע מיטגלידער אין מײַן משפּחה קענען ייִדיש און מיר רעדן ייִדיש אין דער הײם. מײַן מאַמע איז געבױרן געװאָרן אין ניו-יאָרק אין אַמעריקע און מײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליִע. איך האָב זײַער ליב ייִדיש. מײַן באָבע און זײדע פֿון טאַטנס צד שטאַמען פֿון װילנע און מײַן באָבע זײַדע פֿון מאַמעס צד שטאַמען פֿון אַמעריקע. איך האָב זײַער ליב אױסטראַלישן פֿוסבאָל, נעטבאָל און אַנדערע ספּאָרטן. איך גײ צו אַ יוגנט אָרגאַניזאַציע װאָס הײסט ס ק י פֿ װאָס איז די יוגנט אָרגאַניזאַציִע פֿונעם בונד. איך האָב ליב צו זינגען און צו שפּילן טעאַטער. איך האָב צװײ הינט, אײַן קאַץ און אײַן פֿײַגעלע. היי יאָר האָב איך שטודירט ייִדיש ווי אַ מאַטורע לימוד.  אין דער צוקונפט וויל איך שטעלן אַ ייִדישע שפּיל אין טעאַטער, און האָבן אַ "ייִדיש װאָך" לאַגער װי אין אַמעריקע. דאַן װעלן די אַלע לאַגעריסטן מוזן רעדן ייִדיש פֿאַר אַ װאָך. איך װיל אַז דאָ זאָלן זײַן מער ייִדישע לערערס און שולן װוּ מען לערנט ייִדיש. איך װיל אַז ס'זאָל זײַן מער ייִדיש טאָװל שפּילן און מער ייִדיש קאָמפּיוטער פּראָגראַמען

***

 

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זײַט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

נאָוועמָבער 2004
אָקטאָבער 2004
סעפּטעמבער 2004
אױגוסט 2004

יולי 2004

יוני 2004

מאי 2004

אַפּריל 2004
מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"