נומער 31 זײַט 5 דעצעמבער 2006 טבת, תשס"ז
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
טראַדיציאָנעלער יויך... אָדער דער ייִדישער פּעניצילין... (דריקט דאָס בילד) דער רעצעפּט נעם צונויף: 1. אַ כּשר הינדל 2. סעלעריע צעשניטן אויף שטיקלעך 3. צוויי מערן צעשניטן אויף שטיקלעך 4. איין פּאַסטערנאַק אַ גאַנצער 5. אַ בינטל פֿרישע פּעטרישקעס 6. אַ ציבעלע 7. צוויי פּעקלעך הינערישע פּודער 8. פֿעפֿער און זאַלץ צום שמאַק מאַך עס אַזוי : לייג אַרײַן די אינגרידיענטן אין אַ גרויסן טאָפּ. גיס אַרײַן גענוג וואַסער צו צודעקן די הין. קאָך 3-4 שעה, אַראָפֿנעמענדיק די שוים פֿון אויבן פֿון צײַט צו צײַט. קאָך אויף לאָקשן אין אַ באַזונדערן טאָפּ. סערוויר מיט אַ שעפּ לעפֿל און גאָפּל און "מיט אַ גוטן אַפּעטיט!" (דריקט דאָס בילד)
|
אַוואַנטורעס פֿון שימל און רייזן... המשך פֿון 2004... (דריקט דאָס בילד) ... וואָס קען איך טאָן? ער דאַרף לעבן! רייזן האָט געקוקט אין איר קעשענע און האָט געפֿונען אַ סלוי פֿול מיט לאָקשן און יויך. "איך ווייס וואָס קען אים העלפֿן!", האָט זי אויסגעשריען. רייזן האָט גענומען די זופּ און האָט עס אַריינגעגאָסן אין שימלס מויל.
פּלוצלינג האָט שימל אויפגעמאַכט די אויגן. "שימל !" האָט רייזן אויסגעשריגן. "דו לעבסט !" "אַוואדי... לאָקשן מיט יויך קען העלפן יעדן אויפלעבן. אַ דאַנק רייזן." "נישטאָ פֿאַרוואָס שימל. לאָמיר איצט שמײַסן זעלצע.."
... דער סוף ...
|