"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 31 זײַט 3                דעצעמבער 2006                       טבת, תשס"ז

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

אַבי געזונט?

(דריקט דאָס בילד)

פֿון שמעון פֿינקעלשטיין

מאָלי פּיקאָן זינגט אין איר ליד אַז "אַבי געזונט", קענסטו זיין גליקלעך.  עס איז אמת אַז דו קענסט נישט האָבן קיין פֿרײַלעך לעבן ווען דו ביסט קראַנק, אָבער דו דאַרפֿסט האָבן אַנדערע זאַכן צו האָבן אַ לעבן פֿול מיט גליק.  איך מיין אַז דאָס ליד, "אַבי געזונט", איז נישט אין גאַנצן ריכטיק.  איך גלויב אַז עס איז נישט  גענוג נאָר צו זיין געזונט.  מיר דאַרפֿן האָבן מער אין לעבן. מיר דאַרפֿן האָבן משפּחה, פֿריינד און אויך אַ ביסעלע געלט צו מאַכן דאָס לעבן לײַכטער.

 טייל מענטשן זאָגן אַז עס איז גענוג צו האָבן געלט. זיי קענען קויפֿן אַלץ וואָס זיי ווילן אָבער געלט וועט נישט קויפֿן געזונט.  אָבער דו מוזסט האָבן אַ ביסל געלט צו לעבן און צו העלפֿן אַנדערע מענטשן.  דו קענסט נישט האָבן אַ פֿריילעך לעבן בלויז מיט דער געזונטהייט.  איך מיין אַז מע דאַרף אויך האָבן אַ משפּחה צו טיילן זיך מיט דעם געלט.  עס איז וויכטיק צו האָבן אַ משפּחה ווייל זיי העלפֿן און זאָרגן פֿאַר אונדז.  דו דאַרפֿסט אויך  העלפֿן דײַן משפּחה ווייל זיי העלפֿן דיר.

 דו וועסט זיך נישט אַנטוויקלען ווי אַ מענטש און דו וועסט נישט זיין זייער צופֿרידן.  דו קאָנסט האָבן פֿאַרגעניגן פֿון העלפֿן אַנדערע מענטשן.  מיר דאַרפֿן אַ משפּחה נישט צו זיין איינזאַם.  עס איז אויך וויכטיק צו האָבן פֿריינד.  איך קאָן נישט טראַכטן וועגן מיין לעבן אָן פֿריינד.  פֿריינד העלפֿן אונדז צו זיין בעסערע מענטשן און זיי לערנען אונדז ווי אַזוי צו זיין גוטע מענטשן.  צום סוף מיין איך אַז אויב מע האָט משפּחה, פֿריינד, אַ ביסעלע געלט און אויך געזונט קען מען גליקלעך זיין!י

 

אַבי געזונט

(דריקט דאָס בילד)

פֿון מלי יקאָן

אַ ביסל זון, אַ ביסל רעגן

אַ רוּיק אָרט דעם קאָפּ צו לייגן

אַבי געזונט

קען מען גליקלעך זײַן.י

 

אַ שוך, אַ זאָק אַ קלייד אָן לאַטעס

אין קעשענע, אַ דרײַ-פֿיר זלאָטעס

אַבי געזונט

קען מען גליקלעך זײַן.י

 

די לופֿט איז פֿרײַ פֿאַר יעדן גלײַך

די זון זי שײַנט פֿאַר יעדן איינעם

אָרעם אָדער רײַך,

רײַך, רײַך, רײַך.י

 

אַ ביסל פֿרייד, אַ ביסל לאַכן

אַ מאָל מיט פֿרײַנד אַ שנעפּסל מאַכן,

אַבי געזונט

קען מען גליקלעך זײַן.י

 

איינער זוכט עשׂירות, איינער זוכט גבֿירות,

אייננעמען די גאַנצע וועלט,

איינער מיינט דאָס גאַנצע גליק

הענגט נאָר אָפּ אין געלט.

 

זאָלן אַלע זוכן, זאָלן אַלע קריכן,

נאָר איך טראַכט בײַ מיר,

איך דאַרף עס אויף כּפּרות

ווײַל דאָס גליק שטייט בײַ מײַן טיר.

 

אַ ביסל זון, אַ ביסל רעגן

,אַ רוּיק אָרט דעם קאָפּ צו לייגן

אַבי געזונט

קען מען גליקלעך זײַן.

 

 

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זײַט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

נאָוועמָבער 2004
אָקטאָבער 2004
סעפּטעמבער 2004
אױגוסט 2004

יולי 2004

יוני 2004

מאי 2004

אַפּריל 2004
מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"