נומער 21 זײַט 1 פֿעברואַר 2004 שבֿט, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אַן אינטערװיו מיט אונדזער באָבע
פֿון לאלה און קאַרמען דאַפֿנער אונדזער באָבע הײסט שרח הענדל. זי איז געבױרן געװאָרן אין באַלוט, לאָדז אין פּױלן, און לעבט הײַנט אין מעלבורן, אױסטראַליע.י לאלה: װאָס געדענקסטו פֿון דײַנע קינדער יאָרן אין לאָדז?י מיר זענען געװען אָרעם. איך האָב געהאַט צװײ ברידער און צװײ שװעסטער. װען מיר האָבן אױסגענוצט אַ העפֿט און געבעטן אַ נײַעם האָבן די עלטערן געװיזן אױף דעם מאַרגינעס און געזאָגט אַז עס איז נאָך דאָ אָרט װוּ צו שרײבן.י (דריקט דאָס בילד) מײַן טאַטע האָט געאַרבעט זײער שװער. ער האָט געמוזט פֿאָרן קײן װאַרשע און האָט זיך באַהאַלטן אין אַ קעלער אין אַ פֿאַבריק פֿון זײף. די װינטערן זענען געװען זײער קאַלט און ער איז געװאָרן קראַנק און געשטאָרבן זײער יונג. איך האָב געעגנדיקט די 7-טע קלאַס אין שול און געמוזט גײן אַרבעטן אין אַ פֿאַבריק פֿון זאָקן.י (דריקט דאָס בילד) |
! ברוך-הבא ! שלום עליכם (דריקט דאָס בילד) זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ רײזעלע זילבערמאַן פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן
(דריקט דאָס בילד) |
|