נומער 21 זײַט 2 פֿעברואַר 2004 שבֿט, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אַן אינטערװיו מיט אונדזער באָבע קאַרמען: װי אַזױ איז געװען דאָס לעבן נאָך דער מלחמה?י נאָך 1946 בין איך צוריקגעקומען קײַן לאָדז פֿון רוסלאַנד. איך האָב באַגעגנט מײַן שװעסטער װאָס איז ניצל לעבן געבליבן און צוריקגעקומען פֿון די לאַגערן. ביסלעכװײס איז דאָס לעבן געװאָרן בעסער. איך האָב אָנגעהױבן צו אַרבעטן, דאַן האָב איך באַקענט מײַן מאַן חײם און געבױרן אַ זון. איך האָב אױפֿגעהערט צו אַרבעטן און פֿאַרנומען זיך מיט אים. מיר פֿלעגן אַרױספֿאָרן אױף װאַקאַציעס אױף פֿרישער לופֿט צום ים אָדער צום װאַלד.י (דריקט דאָס בילד) קאַרמען: פֿאַרװאָס ביסטו געפֿאָרן קײן אױסטראַליע?י װײַל איך האָב געװאָלט פֿאַרבעסערן אונדזער לעבן און װײַל אַ סך ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט פּױלן נאָך דער קריג און שפּעטער אױך.י לאלה: װאָס פֿאַראַ פּאַרבינדונג האָסטו מיט דער ייִדישער קחילה דאָ?י איך בין אַ װאָלונטיר בײם ייִדישן מיטװאָך קלוב. איך גײ אױף ייִדישע קאָנצערטן, איך לײען די ייִדישע צײַטונג און הער זיך צו צום ייִדישן ראַדיאָ, און איך העלף מײַנע אײניקלעך לערנען ייִדיש און כ'האָב גרױס פֿאַרגעניגן דערפֿון.י (דריקט דאָס בילד) לאלה: װי אַזױ האָסטו ליב זיך צו פֿאַרװײַלן?י איך האָב ליב צו גײן אין טעאַטער, קינאָ, קאָנצערטן, און צו שפּילן קאָרטן מיט פֿרײַנד. איך קוק די נײַעסן און אַנדערע פּראָגראַמען אױף טעלעװיזיע און הער די ראַדיִאָ. איך האָב אױך ליב צו גײן שפּאַצירן אָבער לעצטנס איז מיר געװאָרן זײער שװער צו גײן צו פֿוס.י קאַרמען: אין װעלכע לענדער ביסטו געװען בעת דײַן לעבן?י אין פּױלן װוּ איך בין געבױרן געװאָרן, אין רוסלאַנד בעת דער מלחמה, שפּעטער בין איך געפֿאָרן קײַן אױסטראַליע װוּ איך לעב הײַנט. איך האָב אױך באַזוכט ישראל, עסטרײַך, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, איטאַליע, ענגלאַנד און אַמעריקע.י לאַלה: װעלכן לאַנד װאָלסטו געװאָלט באַזוכן נאָך?י איך װאָלט נאָך געװאָלט פֿאָרן קײן ישראל צו זען זיך מיט מײַן שװעסטער און קײן נײַ-זעלאַנד װײַל איך הער אַז דאָרט איז זײער שײן. לײדער צום באַדױערן קען איך מער נישט פֿליִען אַזױ װײַט.י לאלה און קאַרמען: אַ דאַנק פֿאַר דעם אינטערװיו.י באָבע: עס איז געװען אַ פֿאַרגעניגן צו רעדן מיט אײַך.י |
|
|