"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 21 זײַט 3                          פֿעברואַר 2004                              שבֿט, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

מײן נישט

(דריקט דאָס בילד)

פֿון י ל פּרץ

 מײן נישט, די װעלט איז אַ קרעטשמע-באַשאַפֿן 

מאַכן אַ װעג מיט פֿױסטן און נעגל 

צום שענקפֿאַס, און פֿרעסן און זױפֿן, װען אַנדערע 

קוקן פֿון װײַטן מיט גלעזערנע אױגן 

פֿאַרחלשט, און שלינגען דאָס שפּײַעכץ און ציִען 

צוזאַמען דעם מאָגן,װאָס װאַרפֿט זיך אין קראַמפּן!י 

אָ מײן נישט, די װעלט איז אַ קרעטשמע!י 

Three children in Kibera, Kenya/© UNICEF/HQ 96-1401/Pirozzi

(דריקט דאָס בילד)

מײן נישט, די װעלט איז הפֿקר-באַשאַפֿן 

פֿאַר װעלף און פֿאַר פֿוקסן, פֿאַר רױב און פֿאַר שװינדל;י 

דער הימל-אַ פֿאָרהאַנג, אַז גאָט זאָל נישט זען!י 

דער נעפּל-מען זאָל אױף די הענט דיר נישט קוקן!י 

דער װינט-צו פֿאַרשטיקן די װילדע געשרײען;י 

די ערד איז צו זאַפּן דאָס בלוט פֿון קרבנוס-י 

אָ, מײן נישט, די װעלט איז אַ הפֿקר!י 

The State of the World's Children 2004

(דריקט דאָס בילד)

די װעלט איז קײן קרעטשמע, קײן בערזע, קײן הפֿקר!י 

געמאָסטן װערט אַלעס, געװױגן װערט אַלעס!י 

קײן טרער און קײן בלוטיקער טראפּן פֿאַרגײען,י

אומזיסט װערט קײן פֿונק און קײן אױג נישט פֿאַרלאָשן!י 

פֿון טרערן װערן טײַכן, װערן ימים,י 

פֿון ימים-אַ מבול, פֿון פֿונקען-אַ דונער-י 

אָ, מײן נישט, לית דין אולית דײן!י

Voices of Youth

(דריקט דאָס בילד)

 

זײַט 1:-אַהײם

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-הומאָר

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"