"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 20 זײַט 1                          יאַנואַר 2004                              טבת, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

 מיר װינטשן אַלע לײענער און פֿרײַנד אַ געזונט, פֿרײלעך און פֿרידלעך נײַ יאָר 2004!י

אױסטראַליִע טאָג

פֿון פֿײגי זילבערמאַן

דער אױסטראַליִע טאָג פֿאַלט אױס דעם זעקס און צװאָנציקסטן יאַנואַר יעדן יאָר. עס איז אַ טאָג װען מען געדענקט און פֿײַערט די דאַטע װען די ערשטע ענגלישע פֿלאָט איז אָנגעקומען קײַן אױסטראַליִע אין דעם טאָג אין 1788.י 

(דריקט דאָס בילד)

עס איז אַ טאָג צו דערמאָנען װאָס פֿאַר אַ גוט לאַנד אױסטראַליִע איז, און אַז עס דאַרף זײַן אַ גוט לאַנד פֿאַר אַלע מענטשן פֿון פֿאַרשידענע קולטורן צו גלײַכן. פֿאַר אַ טײַל פֿון די אױסטראַליִער דאָ, די אָריגינעלע אַבאָרידזשיניס צום בײַשפּיל, איז אױסטראַליִע טאָג אַ זײער טרױעריקער טאָג.י 

(דריקט דאָס בילד)

זײ רופֿן דעם טאָג דער טאָג פֿון אָנפֿאַל און אינװאַזיע. װען די ענגלענדער זײַנען דאָ געקומען און זיך באַזעצט, האָבן די קאָלאָניאַלע און שפּעטער די אױסטראַלישע רעגירונגען נישט באַהאַנדלט די אַבאָרידזשיניס יושרדיק. מען האָט צוגענומען זײער לאַנד, װאָס איז געװען זײער װיכטיק פֿאַר זײער לעבנס שטײַגער און קולטור.י מען האָט זײ נישט באַהאַנדלט לױט דעם פּרינציפּ פֿון אַ "פֿער גאָ" (גלײַכקײט און גערעכטיקײט) פֿון װעלכן די אױסטראַליער זײַנען זײער שטאָלץ. די ייִדן פֿון אױסטראַליע האָבן יאָ געניסן פֿון דעם פּרינציפּ און זענען הײַנט צו טאָג אױך שטאָלצע אױסטראַליער.י

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

(דריקט דאָס בילד)

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן

(דריקט דאָס בילד)

זײַט 1:-אַהײם

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-הומאָר

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"