"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 20 זײַט 2                          יאַנואַר 2004                              טבת, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

קאָאַלאַס עסן נאָר בלעטער פֿון געװיסע אוקאַליפּטן בײמער. קאָאַלאַס לעבן זײער גאַנץ לעבן אין די אוקאַליפּטן בײמער.י  

 

פּונקט װי בײ די קאַנגורן, הײסן די קאָאַלאַ עופֿעלעך י "דזשאָיס", און װען זײ װערן געבױרן זײַנען זײ די גרײַז פֿון אַ ציקערל, אַ ראָזעװע קאָליר, זײ האָבן נישט קײן האָר און זײ זײַנען בלינד. אױך װי אַנדערע מאַרסופּיאַלס האָדעװען די קאָאַלאַס זײערע עופֿעלעך אין מאַמע'ס טאַש און זײ זײגן דאָרט פֿון מאַמעס מילך. קאָאַלאַס באַצײכענען זײערע טעריטאָריע גרענעצן מיט זײער ריח אָדער שמוכט. קאָאַלאַס זײַנען זײער הנעװדיק.י 

דינגאָס 

(דריקט דאָס בילד)

דינגאָס זײַנען אױסטראַלישע אײַנגעבױרענע הינט. דינגאָס בילן און מאַכן פֿאַרשידענע קלאַנגען װאָס מײנען פֿאַרשידענע זאַכן.י  דינגאָס באַצײכענען זײערע טעריטאָריִעס מיט אורין און קראַצן אױס סימנים אין דער ערד. נאָר די װיכטיקסטע נישים און זכרים צװישן די דינגאָס פֿון יעדער גרופּע אָדער י "פּעק" מעגן האָדעװען דינגאָ הינטלעך, אָבער יעדער דינגאָ אין דער גרופּע העלפֿט צו אױפֿהיטן און האָדעװען די עופֿעלעך. אין אַלגעמײַן, פֿיר אָדער פֿינף דינגאָ הינטעלעך װערן געבױרן מיט אײן מאָל. דינגאָס זײַנען זױגערס, נישט קײַן מאַרסופּיאַלס. דינגאָס האָבן ליב עסן קאַנגורן אָדער העזעלעך און אַנדערע חיות און די װילדע דינגאָס האָבן נישט אײנמאָל אױך צוגענומען אַ מענטשלעכע עופֿעלע אָדער קלײַן קינד בײ די אַבאָרידזשיניס. די אַבאָרידזשיניס האָבן זינד אור אַלטע צײַטן גענוצט אײַגענע דינגאָס אַלס באַגלײַטערס און הילף בײ דער יעגערײַ פֿון אַנדערע חיות.י

אױסטראַלישע חיות 

פֿון רײזל זילבערמאַן 

Doe and joey

(דריקט דאָס בילד)

קאַנגורן 

קאַנגורן זײַנען חיות פֿון מין מאַרסופּיִאַלס. קאַנגורן לעבן אין גרופּעס װאָס הײסן "מאָבס"י. די זכרים-מאַנצבילן פֿון די קאַנגאַרוס הײסן "באַקס"י. די נשים-פֿרױען פֿון די קאַנגורן הײסן "דאָאָס"י. די עופֿעלעך הײסן "דזשאָיס"י. װען די "דזשאָיס"י װערן געבױרן, זײַנען זײ די גרײַז פֿון אַ ציקערל, און אַ ראָזעװע קאָליר. זײ האָבן נישט קײן האָר און זײ זײַנען בלינד.י"דזשאָיס"י לעבן אין זײערע מאַמע'ס טאַש אונטערן בױך און זײ זײגן איר מילך. דערװאַקסענע קאַנגורן עסן נאָר גראָזן און בלעטער און זײַנען װאַך בײַ נאַכט און זײ שלאָפֿן בײַ טאָג. אין הײסע װעטערן סאַפּען די קאַנגורן װי הינט. זײ גראָבן אױך אױס אַ לאָך אין דער ערד און שלאָפֿן אױפֿן קילן זאַמד און זײ לעקן זײערע אָרעמס און שלאָפֿן בײַ טאָג, װען עס איז זײער הײס. קאַנגורן האָבן אַ זײער שאַרפֿע ריח און געהער, שפּרינגען זײער שנעל און זײַנען זײער זיס און באַטעמט.י 

קאָאַלאַס

(דריקט דאָס בילד)

קאָאַלאַס זײַנען נישט בערן האָטש מען רופֿט זײ אָפֿט י "קאָאַלאַ בערס". קאָאַלאַס זײַנען אױך מאַרסופּיאַלס. די קאָאַלאַ זכרים זײַנען גרעסער פֿון די קאָאַלאַ נישים. זײערע ראיה איז נישט זײער גוט, און זײ פֿאַרלאָזן זיך אױף זײערע ריך און געהער. י 

זײַט 1:-אַהײם

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-הומאָר

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"