"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 26 זײַט 1                                יולי 2004                            תּמוז, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

סקיפ װינטער לאַגער

פון קאַרמען דאַפֿנער

(דריקט דאָס בילד)

מיר די סקיפֿיסטן פֿון מעלבורן זײַנען געפֿאָרן אױפֿן סקיפ װינטער לאַגער קײן "מעריקס" נעבן ים.  דער לאַגער איז פֿאָרגעקומען אין דער װאָך פֿון 28 -טן יוני ביזן 4 -טן יולי. אױפֿן לאַגער זענען געװען 50 סקיפֿיסטן און זעקס העלפֿער־אָנפֿירער. מיר האָבן געהאַט אַ סך אַקטיװיטעטן, פֿאַרשידענע ספּאָרטס שפּילן װי צום בײַשפּיל "צװײ פֿײַערן" און די װאָס מען האָט געשפּילט אין די "מאָרגנשטערן" קלובן  פאַר דער קריג. מיר האָבן אױך געלערנט די געשיכטע פֿון די קלובן  אין פּױלן. אײַן טאָג אױפֿן לאַגער איז אױך געװען געװידמעט די טעמע פֿון "לאַטײַן אַמעריקע" און מיר האָבן געלערנט װעגן די לענדער אין דער  טײַל פֿון דער װעלט. מיר זענען אױך געגאַנגען שפּאַצירן בײַם ים-ברעג און געשפּילט זיך אױפֿן זאַמד אין "פֿריזבי" און אַנדערע שפּילן. עס זענען אױך געװען אָרגאַניזירט קלובן װוּ מען האָט אױספּראָבירט נײַע זאַכן װי האַנט אַרבעטן. געװעזענע העלפֿער האָבן צוגעגרײַט די מאָלצײַטן, און אַנדערע האָבן געהאַלטן סעמינאַרן פֿאַר די סעמינאַריסטן װעלכע גרײַטן זיך צו װערן העלפֿער אין דער צוקונפֿט. בײַם עסן האָבן מיר געזונגען אַ סך לידער פון אַמאָל, װי אױך פּאָפּולערע לידער פֿון הײַנט צו טאָג. אַ סופּריז אױפֿן לאַגער זענען געװען די באַזוכן פֿון געװעזע גאַסט העלפֿער פֿון אַמאָל.  נאָך זיבן טעג אױפֿן סקיפ װינטער לאַגער זענען מיר צוריקגעקומען קײן מעלבורן מיד אָבער אױך זײער צופֿרידן.י

(דריקט דאָס בילד)

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

(דריקט דאָס בילד)

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון  דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן.י

מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש.י

אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן(דריקט דאָס בילד)

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זייט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

יוני 2004

מאי 2004

אַפּריל 2004
מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"