נומער 25 זײַט 3 יוני 2004 סיון, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
די ייִדישע שול פֿון אבֿרהם רײזען (דריקט דאָס בילד) ניט הױך איז דער בנין,י מיט רײַכקײט ניט פֿול,י אין אָרעמער געגנט -י די ייִדישע שול.י װען אַנדערע שולן שױן זײַנען פֿאַרמאַכט,י די ייִדישע שול ערשט צום לעבן דערװאַכט.י אַזױ װי בשתּיקה,י װי מ'װאָלט ניט געטאָרט פֿאַרקלײַבט מען זיך לערנען דאָס ייִדישע װאָרט.י די אױגן, זײ קוקן פֿאַרחלומט און קלוג בײַ פּרץ־געשיכטן בײַ לידער פֿון פֿרוג.י בײַ ראָזנפֿעלד, ביאַליק שטײַגט הױך דאָס געזאַנג,י װי דורות מיט דורות זיך טרעפֿן אין גאַנג.י בײַ שלום־עליכם צעװאַקסט זיך די פֿרײד,י עס פֿרישט און עס מונטערט די ייִדישע רײד.י |
אין די װײַטסטע לענדערי פֿון אבֿרהם רײזען (דריקט דאָס בילד) אין די װײַטסטע לענדער זײַנען מיר צעשפּרײט -י יעדער טײל אַ רינגל אין דער לאַנגער קײט.י בײַ די אַלע טײַכן,י ניט פֿון בבֿל בלױז,י זײַנען מיר געזעסן זוכנדיק אַ הױז.י איצטער איז אונדז טײַער גאָר די גאַנצע װעלט.י ס'שטײַט בײַ װײַטסטע ברעגן אונדזערס אַ געצעלט...י װאָסער ליד מיר הערן -י איז באַקאַנט דער טאָן,י װוּ אַ טײַך עס ריזלט-י װײט אַ בענקשפפֿט אָן.י װאָסער פֿאָן עס פֿלאַטערט -י גריסט זי אונדז באַקאַנט,י װאָסער שיף עס זעגלט -י צו אַ ברודערס לאַנד.י |