"די פּורים גװאַרדיע"

 נומער 22 זײַט 1                          מערץ 2004                               אדר, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

אַ פֿרײלעך, לוסטיק יום-טוב פּורים אַלעמען!י

(דריקט דאָס בילד)

פֿון רחל ליסקאָטין 

פּורים איז דער פֿרײלעכסטער ייִדישער יום טוב, אַ צײַט פֿון מגילה לײענען, גראַגער רױשן, פֿאַרשטעלן זיך אין קאָסטיומען, פּורים שפּילן, שיכּור װערן, טראָגן שלח-מנות פֿולע קױשן און עסן זיסע האָמענטאַשן. דער פֿעסטיװאַל פֿון פּורים דערמאָנט אונדז װעגן דעם גרױסן זיג פֿון אסתּר המלכּה און מרדכי הצדיק איבער המן הרשע, װי עס איז געשריבן אין דער מגילה. פּורים קומט פֿאָר אין די טעג פֿון 14-15טן אדר. דעם יאָר, פּורים הײַבט זיך אָן בײַם זונפֿאַרגאַנג פֿון 6טן מערץ אױף דעם אַלגעמײַנעם קאַלענדאַר

 

 

 

 

 

(דריקט דאָס בילד)

קאָסטיומען און מאַסקעס 

פּורים צײַט טוען ייִדישע קינדער פֿאַרשטעלן זיך אין מאַסקעס און קאָסטיומען. דאָס איז אײנער פֿון די בעסטע פֿאַרװײַלונגען פֿון דעם פּורים יום טוב און די קינדער װײַלן זיך זײער גוט, פֿאַרשטעלן זיך װי די העלדן פֿון דער מגילה - דאָ זענען עטלעכע מאַסקעס פֿון די העלדן פֿון דער מגילה

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

(דריקט דאָס בילד)

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

gragger

(דריקט דאָס בילד)

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן

זײַט 1:-אַהײם

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-הומאָר

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"