נומער 22 זײַט 2 מערץ 2004 אדר, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
|
לױפֿיקע נײַעס פֿון פּאַלאַץ פֿונעם מלך אַחשורוש פֿון רײזעלע זילבערמאַן און שמעון פֿינקלשטײן (דריקט דאָס בילד) דער מלך אַחשורוש האָט געזאָגט "איך האָב נישט געהאַט קײן סעקסואַלע באַציונגען מיט דער פֿרױ."יער האָט גערעדט װעגן דעם באַלאַגאַן איבער זײַן צעשײַדונג מיט דער מלכּה װאַשטי. זי האָט אים אָפּגעזאָגט זײַן באַפֿעל אַז זי זאָל טאַנצן אַ נאַקעטע פֿאַר אים און זײַנע פֿרײַנד. נו, האָט אַחשורוש איר אױפֿגעהאָנגען.י זײַן מיטהעלפֿער, המן, האָט געזאָגט אַז זי האָט זיך אױפֿגעפֿירט זײער שלעכט און אים באַלײַדיקט, און געזאָגט אַז ער האָט דאָס רעכט איר צו דערהרגענען. המן האָט געזאָגט זי איז געװען אַ לאַסט אױף זײַנע אַקסלען, און זי האָט געמוזט אַװעק.י בגתן אוןּתּרש, דעם מלכס היטער, האָבן געזאָגט אַז זי איז געװען זײער שײן אָבער זײער שלעכט צום מלך. זײ האָבן געזאָגט זי איז געװען אַן ערשט קלאַסישע חוצפּהניצע און זי איז אױפֿגעהאָנגען געװאָרן פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט, אין שושן-סקװער.י"מיר זאָגן אַז עס איז גוט אַז זי איז געהאָנגען געװאָרן. מיר זאָגן מזל-טוב צו אַכשוערוש און זײַן מאַנשאַפֿט פֿאַר אױפֿהענגען איר װײַל מיר האָבן זי זײער נישט ליב געהאַט. אַבי מען איז פֿון איר פּטור געװאָרן!"י אַלע אַ חוץ די פֿרױען רעכט גרופּעס זענען געװען צופֿרידן און עס איז דאָ געפּראַװעט געװאָרן אַ גרױסע שׂימחה.י (דריקט דאָס בילד) |
|