נומער 22 זײַט 3 מערץ 2004 אדר, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
(דריקט דאָס בילד) פֿון איציק מאַנגער'ס "מגילה לידער" זײַט זשע ייִדן שאַ און שטיל, זײַט זשע ייִדן שאַ און שטיל, זײַט זשע ייִדן שאַ און שטיל, מיר פֿאַנגען אָן דעם פּורים שפּיל.י אַ פּורים שפּיל אין גראַמען װאָס האָט אַ טױזנט טעמען, אַ פּורים שפּיל אין גראַמען װאָס האָט אַ טױזנט טעמען.י זײַט זשע ייִדן שאַ און שטיל, זײַט זשע ייִדן שאַ און שטיל, זײַט זשע ייִדן שאַ און שטיל, מיר פֿאַנגען אָן דעם פּורים שפּיל.י װער עס װעט עס לײענען װעט װי אַ ביבער װײנען, און װער עס װעט עס הערן, װעט לאַכן מיט טרערן.י אָט גײען זײ אַלע שטילער די העלדן פֿון דער מגילה:י אַחשורוש דער קיניג װאָס װיפֿל ער טרינקט איז אים װײניק, אסתּר המלכּה די גרינע, און װאַשטי אין די קרענאָלינע, מרדכי דער חכם עטיק, און המן הרשע, דער לאַטיק
(דריקט דאָס בילד) |
(דריקט דאָס בילד) פֿון אַ טראַדיציאָנעלע פּורים שפּילערס ליד מאַכט אױף, מאַכט אױף, מאַכט אױף, מאַכט אױף, און לאָזט אונדז אַרײַן, און לאָזט אונדז אַרײַן, װײסט איר װער עס קען דאָס זײַן?י מיר זײַנען ייִדן פֿון גאָר דער װעלט, הײַנט איז פּורים מיר גײען פֿאַרשטעלט, מיר זײַנען ייִדן פֿון גאָר דער װעלט, הײַנט איז פּורים מיר גײען פֿאַרשטעלט.י מאַכט אױף, מאַכט אױף, מאַכט אױף, מאַכט אױף,און לאָזט אונדז אַרײַן, און לאָזט אונדז אַרײַן, װײסט איר װער עס קען דאָס זײַן?י אסתּר המלכּך, די גאַנצע װעלט, הײַנט איז פּורים מיר גײען פֿאַרשטעלט, אסתּר המלכּך, די גאַנצע װעלט, הײַנט איז פּורים מיר גײען פֿאַרשטעלט.י מאַכט אױף, מאַכט אױף, מאַכט אױף, מאַכט אױף,און לאָזט אונדז אַרײַן, און לאָזט אונדז אַרײַן, װײסט איר װער עס קען דאָס זײַן?י מרדכי הצדיק, די גאַנצע װעלט, הײַנט איז פּורים מיר גײען פֿאַרשטעלט. מרדכי הצדיק, די גאַנצע װעלט, הײַנט איז פּורים מיר גײען פֿאַרשטעלט.י (דריקט דאָס בילד) |
|