"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 24 זײַט 1                                מאַי 2004                                אייר, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

אַ פֿרײלעך מוטערס טאָג !י

(דריקט דאָס בילד)

אַ קורצע געשיכטע פֿונעם מוטערס טאָג

צוגעגרײַט פֿון קאַרמען און לײַלאַ דאַפֿנער

מוטערס טאָג פֿאַלט אױס דעם צװײטן זונטיק אין מאַי. מוטערס טאָג איז אַמאָל געװען אָפּגעמערקט אין ענגלאַנד אַלס י"מוטערן טאָג". מיט פֿיר הונדערט יאָר צוריק פֿלעגן יונגע מענער און פֿרױען אַרבעטער קומען אַהײם באַזוכן זײערע מאַמעס און געבראַכט זײ קלײנע מתּנת אָדער אַ מוטערס קוכן.ימען האָט אױך געגעסן "פֿורמעט" געמאַכט פֿון קערלעך װײץ געקאָכט אין זיסן מילך מיט צוקער און געװירצן. אַן אַנדער מוטערס קוכן איז געװען אַ "סימנעל"י געמאַכט פֿון זײער זיסע פֿרוכטן.י

(דריקט דאָס בילד)

אין די מער מאָדערנע צײַטן האָט אַן אַמעריקאַנע פֿרױ אַנאַ דזשאַרװיס פֿון פֿילאַדעלפֿיִע, צונערשט פֿאָרגעלײַגט אַ נאַציאָנאַלן טאָג געװידמעט מאַמעס אין 1907. דער ערשטער מוטערס טאָג איז געפֿײַערט געװאָרן אין װעסט װירדזשיניאַ און אָקלאַהאָמאַ אין יאָר 1910. אַ יאָר שפּעטער איז עס געװאָרן אַ יום-טוב איבער די גאַנצע פֿאַרײַניקטע שטאַטן און אין 1912 איז עס אױך געפֿײַערט געװאָרן אין מעקסיקע, קאַנאַדע, דרום אַמעריקע, דרום אַפֿריקע, אױסטראַליע, יאַפּאַן, כינע און אַנדערע ערטער. אַן אינטערנאַציאָנאַלע מוטערס טאָג אָרגאַניזאַציע איז געשאַפֿן געװאָרן אין אַמעריקע צו פֿאַרשפּרײַטן און פּאָפּולאַריזירן דעם טאָג איבער דער װעלט. מוטערס טאָג װערט אױך געפֿײַערט אין אַנדערע צײַטן פֿון יאָר אין פֿאַרשידענע לענדער.י

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

(דריקט דאָס בילד)

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון  דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן

(דריקט דאָס בילד)

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זייט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

אַפּריל 2004
מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"