נומער 24 זײַט 2 מאַי 2004 אייר, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
רעצענזיע: פּיראַטן (ים גזלנים) פֿונעם קאַריביִאַן פֿון דבורה זילבערמאַן (דריקט דאָס בילד) פּיראַטן פֿונעם קאַריביִאַן איז אַ קאָמישער פֿילם מיט שװערד קאַמפֿן, לעבעדיקע אַקציִעס און אַ ראָמאַנס.י עס איז אַ פֿילם געמאַכט פֿון דיסני, אָבער עס איז אַ ביסל אױך דערשרעקעװדיק און דערפֿאַר איז עס נישט בלױז פֿאַר קלײנע קינדער.י די מעשה קומט פֿאָר אינעם קאַריביִאַן און די קאָסטיומען, דעקאָראַציִעס און די פּרעכטיקע הינטערגרונט, אַלע זײַנען פֿאַנטאַסטיש!י (דריקט דאָס בילד) די הױפּט ראָלעס זײַנען:י דזשאַק ספּאַראָ - דזשאָני דעפּ װיליעם טערנער - אָרלאַנדאָ בלום עליזאַבעט - קיראַ נײַטלי קאַפּיטאַן באַרבאַראָסאַ - דזשעפֿרי ראַש.י פּיראַטן פֿונעם קאַריביִאַן איז אַ פֿילם װעגן אַ ראָמאַנס, די ענגלישע ים פֿלאָט שדים און פּיראַטן. גײט און זעט דעם פֿילם.י י***" י4 און אַ האַלב שטערן פֿון 5
|
אַן אינטערװיו מיט אונדזער שמעון פֿינקעלשטײַן פֿראַגעס געשטעלט פֿון רײזל זילבערמאַן (דריקט דאָס בילד) װען ביסטו געבױרן געװאָרן? 18/10/89 מיט װאָס האָסטו ליב זיך צו פֿאַרנעמען?ימוזיק, ספּאָרט און אַנטאַרקטיקע װאָס האָסטו פֿײַנט? װעדזשימײַט, העברעיִש, שול לימודים און זײער זײער גרױסע אָפּשפּרינגענדיקע באַלעמס װעלכע מאכלים שמעקן דיר מערסטנס? שניצל און צעריבענע קאַרטאָפֿל װאָס פֿאַראַ קאָליר געפֿעלט דיר? בלױ װעלכן ספּאָרט איז דיר מערסטנס צום האַרצן? פֿוסבאָל און קריקעט װעלכער פֿילם געפֿעלט דיר אַמבעסטן? דער קלאַנג פֿון מוזיק װעלכער טעלעװיזיע פּראָגראַם געפֿעלט דיר אַמבעסטן? געזעץ און אָרדענונג/ צ.ס.י. / די סימפּסאָנס װעלכע אַקטריסע געפֿעלט דיר אַמבעסטן? שערליז טעראָן און װעלכער אַקטיאָר? עלי ערעז און װעלכער זינגער? בריטני ספּירס און װעלכע קאַפּעליע? די ייִנגלעך פֿון די הינטער געסלעך און װעלכע ליד? יאָ און װעלכע מוזיִקאַלישע פֿאָשטעלונג? פּיראַטן פֿון פּענזאַנס און געצײַכנטע פֿילם פֿיגור? גאַסן-לױפֿער װאָס איז דײַן מיטעלער נאָמען? איך האָב נישט קײן מיטעלן נאָמען װעלכע פֿוסבאָל מאַנשאַפֿט שטיצטו? קאַרלטאָן אױב דו װאָלסט געקענט באַגעגענען זיך מיט עמעצן, װאָס לעבט הײַנט, אָדער פֿון דער פֿאַרגענגענהײט, װער װאָלט דאָס געװען און פֿאַרװאָס? משה רבינו װײַל איך װיל װיסן אױב ער האָט אױף אמת עגזיסטירט אָדער נישט אױב דו װאָלסט געקענט ענדערן דײַן נאָמען, װאָס װאָלסטו אױסגעקליבן? יאָגאַמאַװיטש װאָס איז דאָס װיכטיקסטע זאַך אין דײַן לעבן? עסן אױב דו װאָלסט געװען פֿאַרשיקט געװאָרן אױף אַ פּוסטן אינדזל, און דו מעגסט מיטברענגען דרײ זאַכן, װאָס װאָלסטו מיטגעבראַכט? אַן אעראָפּלאַן מיט נאַפֿט און אַ פּילאָט אױב דו װאָלסט געקענט װערן אַ חיה, װעלכע חיה װאָלסטו געװאָלט װערן? אַ ראַק באַליבסטע חיה? אַ פּענגװין באַליבסטער אָרט אין דער װעלט? פֿראַנקרײַך
|