נומער 24 זײַט 5 מאַי 2004 אייר, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
קאָמישע בילדער צוגעגרײַט פֿון שײַנדל גרינבלאַט
גײ קריך אױף דער װאַנט ***
דאָס גיגאַנטישע בובעלע
|
װאָס מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט געזאַמלט און צוגעגרײַט פֿון רחל ליסקאָטין מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט אַ סך זאַכן:י מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט װעגן האָבן געדולד:י"װאַרט נאָר ביז דײַן פֿאָטער קומט אַהײם"י מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט װעגן קריגן: "װעסטו קריגן װען ער קומט אַהײם"י מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט לאָגיק: "אױב דו פֿאַלסט אַראָפּ פֿון דער הױדעװקע און צערברעכסט דײַן קאַרג, װעסטו נישט גײן מיט מיר אײַנקױפֿן"י מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט װעגן מעדיצינישער װיסנשאַפֿט:י י"אױב דו הערסט נישט אױף אױסדרײַען די אױגן, װעלן זײ פֿאַרפֿרױרן װערן און שױן בלײַבן אַזױ"י מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט הומאָר: "אױב דער גראָז שנײַדער האַקט דיר אָפּ די פֿינגער פֿון פֿיס, זאָלסטו נישט לױפֿן אַהער צו מיר"י מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט װי אַזױ צו װערן אַ דערװאַקסענער: "אױב דו װעסט נישט עסן גרינסן װעסטו נישט װאַקסן"י מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט װעגן גענעטיק: "דו גרינדסט אין דײַן טאַטן אַרײַן"י מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט װעגן מײַן אָפּשטאַם: "װאָס ביסט געבױרן געװאָרן אין אַ שטאַל?"י מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט װעגן דער קלוגשאַפֿט פֿון עלטערן: "װען װעסט זײַן אַזױ אַלט װי איך װעסטו פֿאַרשטײַן"י און צום סוף:- מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט יושר: "װען דו װעסט האָבן קינדער זאָלן זײ זיך אױפֿפֿיר װי דו, דאַן װעסטו װיסן דע טעם"י *** קינדער באַדאַרפֿן טאָן עפּעס ספּיציעלס פֿאַר זײַער מוטער אין מוטערס טאָג:י אפֿשר אַרױסציִען זיך פֿון דער הײם ...י
|