נומער 24 זײַט 3 מאַי 2004 אייר, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אַ בריװעלע דער מאַמען פֿון סאָלאָמאָן שמולעװיטש (דריקט דאָס בילד) מײַן קינד, מײַן טרײסט, דו פֿאָרסט אַװעק זע זײַ אַ זון אַ גוטער, דיך בעט מיט טרערן און מיט שרעק דײַן טרײַע ליבע מוטער דו פֿאָרסט, מײַן קינד, מײַן אײנציק קינד, אַריבער װײַטע יאַמען, אַך קום אַהין נאָר פֿריש געזונט און ניט פֿאַרגעס דײַן מאַמען יאָ!י פֿאָר געזונט און קום מיט גליק, זע יעדע װאָך אַ בריװעלע שיק, דײַן מאַמעס האַרץ, מײַן קינד, דערקװיק רעפֿרײַן: אַ בריװעלע דער מאַמען, זאָלסטו ניט פֿאַרזאַמען, שרײַב געשװינד, מײַן ליב קינד, שענק איר די נחמה, די מאַמע װעט דײַן בריװעלע לעזן און זי װעט גענעזן הײלסט איר שמערץ, איר ביטער האַרץ, דערקװיקסט איר די נשמה דאָס אַכטע יאָר, איך בין אַלײן, דאָס קינד איז װײַט פֿאַרשװוּמען, דאָס קינדערש האַרץ איז האַרט װי אַ שטײן, קײן אײנציק בריװ באַקומען װי קען מײַן קינד נאָך האָבן מוט? װי גײט אים אײַן דאָס לעבן? עס מוז אים גײן דאָרט זײער גוט, װיל ער קײן טראַכט ניט געבן כ'האָב אים געשיקט אַ הונדערט בריװ, און ער האָט נאָך קײַן שום באַגריף, אַז מײַנע שמערצן זענען זײער טיף רעפֿרײַן: אין שטאָט ניו יאָרק, אַ רײַך הױז מיט הערצער אָן געפֿילן, דאָרט װױנט איר זון, ער לעבט גאָר גרױס מיט אַ גליקלעכע פֿאַמיליע, אַ שײנע פֿרױ, און קינדער צװײ מיט ליכטיקע געשטאַלטן, און אַז ער זיצט און קװעלט פֿון זײ, האָט ער אַ בריװ דערהאַלטן דײַן מוטער טױט! עס איז געשען, אין לעבן האָסטו איר פֿאַרזען, דאָס איז איר לעצטער װוּנטש געװען אַ קדישל דער מאַמען, זאָלסטו ניט פֿאַרזאַמען, זאָג געשװינד מײַן ליב קינד, שענק איר די נחמה די מאַמע װעט דײַן קדישל הערן אין איר קבֿר גערן, הײלסט איר שמערץ איר ביטער האַרץ דערקװיקסט איר די נשמה
|
אַ ייִדישע מאַמע פֿון יעקב יעלען (דריקט דאָס בילד) איך װיל בײַ אײַך אַ קשיא פֿרעגן, זאָגט מיר װער עס קען מיט װעלכע טײַערע פֿאַרמעגן בענטשט גאָט אַלעמען מען קױפֿט עס ניט פֿאַר קײן געלט, דאָס גיט נאָר גאָט אומזיסט און דאָך אַז מען פֿאַרלירט, װיפֿל טרערן מען פֿאַרגיסט אַ צװײַטע גיט מען קײַנעם נישט, עס העלפֿט נישט קײן געװײן אױ דער װאָס האָט פֿאַרלױרן עס, דער װײס שױן װאָס איך מײן אַ ייִדישע מאַמע, דאָס איז דאָס שענסטע אױף דער װעלט אַ ייִדישע מאַמע, אױ װײ װי ביטער איז װען זי פֿעלט װי שײן און ליכטיק איז אין הױז װען די מאַמע איז דאָ װי טרױעריק און פֿינצטער װערט װען גאָט נעמט איר אױף עולם הבא אין װאַסער אין פֿײַער, װאָלט זי געלאָפֿן פֿאַר איר קינד נישט האַלטן איר טײַער, דאָס איז געװיס די גרעסטע זינד אױ װי גליקלעך און רײַך איז דער מענטש װאָס האָט אַזאַ שײנע מתּנה געשענקט פֿון גאָט, אַן אַלטיטשקע ייִדישע מאַמע, מאַמע מײַנס
|