נומער 18 זײַט 1 נאָװעמבער 2003 חשון, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
די פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט און דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון פֿײגי זילבערמאַן (דריקט דאָס בילד) איבער הונדערטער יאָרן האָבן די ייִדן זיך װינציק געטױשט, געבליבן כּמתּ די זעלבע. זײ האָבן געטראָגן די זעלבע קלײדער, זײ האָבן געדאַװנט אױפֿן זעלבן אופֿן און זײ האָבן געגעסן די זעלבע מאכלים. ייִדן זײַנען געװען פֿאַראײניקט אין זײער גלױבן פֿון אַ הײליקער אַנטפּלעקונג אױפֿן באַרג סיני און אין דער האָפֿענונג אַז מיטן קומען פֿונעם משיח װעלן זײ קומען צוריק צום הײַליקן לאַנד ארץ ישראל. אָבער אין דעם 18-טן יאָרהונדערט האָט דער ייִדישער אחדות זיך געענדיקט. די ייִדן זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן פֿון די געטאָס װוּ זײַ האָבן געדאַרפֿט װױנען פֿאַר איבער הונדערטער יאָרן. די השכּלה אין מערב אײראָפּע איז געקומען. ייִדן האָבן גענומען די אידעען פֿון דער נישט ייִדישער גאַס און האָבן זײַ גענוצט צו בעסער פֿאַרשטײן די ייִדישע רעליגיע. די ליבעראַלע באַװעגונג האָט געזאָגט אַז דײַטשלאַנד און נישט ישראַל איז זײער הײמלאַנד איצט און עס איז געװען אַ פֿאַראַט צו זאָגן אַנדערש. זײ האָבן אױך געזאָגט אַז דער תּנך און תּורה איז נישט גענומען פֿון הײליקער אַנטפּלעקונג נאָר אַ מענטשלעכע שאַפֿונג, און אַנדערע ייִדישע גרופּן האָבן אױך געהאַלטן דעם זעלבן גלױבן. הײנט צו טאָג דאַרפֿן ייִדן זיך באַמיען צו פֿאַראײניקן דאָס ייִדישע פֿאָלק װײַל די פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט האָט זײ צעטײלט. אַ מאָדערנער בײַשפּיל פֿון דעם איז די שול פֿאַר האָמאָסעקסואַליסטן און זײערע משפּחות װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 1990 אין ניו יאָרק. בעתן יום-טוב שׂמחת תּורה האָבן זײ אונטערגעשטיצט די ייִדישע פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט און געװען זײער שטאָלץ פֿון דער ייִדישער טראַדיציע. אָבער דער װיצע פּרעזידענט פֿון ייִדישן װעלטראַט און געװעזענער פֿירער פֿון אױסטראַלישע ייִדן איזי ליבלער זעט די פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט װי אַ געפֿאַר פֿאַר די ייִדן אין די תּפֿוצות. ער האָט געשריבן אַז איבער אַ הונדערט יאָר װעלן ייִדן בלױז זײַן פֿאַרײַניקט דורך זײער געשיכטע און דעם געפֿאַר פֿון אַנטיסעמיטיזם, און אַ ליבשאַפֿט צו מדינת ישראַל, אָבער זײַ װעלן נישט קענען חתונה האָבן אײַנער מיטן אַנדערן װײַל זײַ װעלן שטאַמען װי פֿון אַנדערע סעקטעס. (המשך-זײַט 2)י |
! ברוך-הבא ! שלום עליכם (דריקט דאָס בילד) זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ רײזעלע זילבערמאַן פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן |
|