"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 18 זײַט 2                          נאָװעמבער 2003                              חשון, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

 (המשך-זײַט 1) די פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט און דאָס ייִדישע פֿאָלק 

פֿון פֿײגי זילבערמאַן 

(דריקט דאָס בילד)

 ציוניזם איז הײַנט אַ זײַער פּאָפּולערע און קאָנטראָװערסאַלע אידעאָלאָגיע. דער מאָדערנער ציוניזם האָט זיך אָנגעהױבן אין 1897 אין באַזעל פֿון די נאָכפֿאָלגערס פֿון טעאָדאָר הערצל אַן עסטרײַכער זשורנאַליסט. עס איז געװען די אידעע אַז די ייִדן װי אַ נאַציאָנאַלע אײנהײט דאַרפֿן האָבן זײער אײגענעם הײמלאַנד. פֿאַר טײַל ייִדן צו זײַן אַ ציוניסט איז פּשוט. װי גיל טרױ האָט געזאָגט "איך בין אַ ציוניסט װײַל איך בין אַ ייִד" אָבער פֿאַר טײַל ייִדן איז עס נישט אַזױ פּשוט. פֿאַר די מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַרבעטער בונד, צום בײַשפּיל, איז טראָץ דעם װאָס זײ האָבן אָנגעהױבן אַלס מיטגלידער פֿון אַן אַנטי ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע, זענען זײ בײַם הײַטיקן טאָג נישט ציוניסטן אָבער אױך נישט אַנטי ישראַל. דער בונד האָט זיך אָנגעהױבן אין אַ בױדעם אין װילנע אין 1897. די בונד אידיאָלאָגיע פֿון דאָיִקײט איז שימון דובנאָװ'ס אידעע. ער האָט געזאָגט אַז די ייִדן דאַרפֿן נישט קײַן אײַגן לאַנד װײַל זײ זײַנען נישט קײַן נאַציאָנאַלער אײַנהײט, זײ זײַנען אַ פֿאָלק. די בונדישע באַװעגונג איז הײַנט נאָך אַלץ נישט ציוניסטיש געשטימט אָבער אױך נישט אַנטי-ציוניסטיש און נישט אַנטי-ישראַל. זײַ האַלטן אַז דער באַשלוס װעגן דאָס אָרט װוּ מען װױנט איז אַ באַשלוס פֿאַר אינדיװידועלע ייִדן. הײַנט צו טאָג שטאַמען ייִדישע אַנטי ציוניסטן מערסטנס פֿון די אולטראַ אָרטאָדאָקסישע קרײַזן. זײ האַלטן אַז דער ציוניזם איז אַ זינד װײַל עס שטײַט אין תּנך אַז גײַן צוריק צום הײליקן לאַנד ישראַל װעלן ייִדן נאָר דעמלט װען משיח קומט. די אַנטי ציוניסטן אַנאַרקענען נישט מדינת ישראַל. מיט אַ פּלוראַליסטישן ייִדישן פֿאָלק האָבן מיר װיכּוחים אײנער קעגן דעם אַנדערן. מיר האָבן ייִדן װאָס פֿאַרשטײַען ניט אַנדערע אידעאָלאָגיעס און מײַנען אַז די אַנדערע גרופּע גײט קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק. פֿאַר דעם מײַן איך אַז װאָס צעטײַלט דאָס ייִדיש פֿאָלק איז נישט די פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט נאָר נישט האָבן אַן אַנונג װעגן די אידעאָלאָגיעס פֿון די פּלוראַליסטישע באַװעגונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.י

 

ס.ק.י.פֿ פֿרילינג לאַגער 

פֿון רײזעלע זילבערמאַן 

DSC01893

(דריקט דאָס בילד)

דער  פֿרילינג לאַגער פֿון ס.ק.י.פֿ איז דאָס מאָל געװען אין אַן אָרט װאָס הײַסט "שלאַנג טאָל" אין ייִדיש, און עס איז געװען זײער קאַלט דאָרט. די ערשטע נאַכט זענען מיר געשלאָפֿן אין געצעלטן אָבער עס האָט געבלאָזט אַ שטאַרקער װינט בעת דער נאַכט, און אײנער פֿון די געצעלטן איז אַראָפּגעפֿאַלן און מיר זײַנען אַריבער אין אַ צימער אין לאַגער הױז, און שױן געשלאָפֿן אין די צימערן פֿון דאַן אָן. מיר האָבן געהאַט זײער אינטערעסאַנטע אַקטיװיטעטן און זאַכן צו טאָן. לעבן לאַגער פּלאַץ, איז דאָ געװען אַן אָזערע און די לאַגעריסטן זענען געזעסן אױף דעם בריקל און עס איז געװען זײַער שטיל און רואיק. מיר האָבן אױך געשפּילט אַ סך ספּאָרט און שפּילן. מיר זײַנען געזעסן לעבן פֿײַער װײַל עס איז געװען זײער קאַלט און נאַס און באַדאַרפֿט לײגן אונדזערע שלאָף-זעק לעבן פֿײַער װײַל אַ טײַל פֿון זײ זײַנען געװאָרן נאַס. איך האָב גוט פֿאַרבראַכט אױפֿן פֿרילינג לאַגער װײַל עס איז געװען זײער פֿרײלעך און פֿאַרװײלעריש. מיר האָט אױך געפֿאָלן די אַלע אַקיװיטעטן און דאָס אָרט גופֿא.

(דריקט דאָס בילד)

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"3ZZZ"