"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 18 זײַט 3                          נאָװעמבער 2003                              חשון, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

אַ בעכער פֿון פֿאָלקס-פֿרײד איז דער גרױסער בעכער, פֿאַר דעם געניאַלן זיגער, דעם פֿערד פֿון פֿערד, אַ בעכער פֿון פֿרײד פֿאַר אַ פֿאָלק אָן זאָרג. זאָלן זײַ טרינקען אומגעשטערט.י

פֿון אַלע װעלטן אַנטלאָפֿן אַהער, פֿון װעלט-טײַלן אַלע פֿאַרצערט, פֿאַרטרערט, אַ נײַע װעלט אַװעקצושטעלן אױף די שײנע, שלאַנקע פֿיס פֿון פֿערד.י

אין די הײסע טיפֿן פֿון דער ערד, װוּלקאַן פֿון װעלט-טױט פֿײערדיק יערט, אָבער דערװײַל איז נאָך זײער ערד פֿלאַך און פֿול פּרײד!י געיִעג פּלאַץ פֿון פֿערד.י

געבענטשט זאָל זײַן דאָס פֿאָלק, װאָס שטײַט שטיל װי בײַ דער באַרג-פּרעדיקט און הערט זיך מיט אײַנגעהאַלטענעם אָטעם אײן צו די ראַדיאָ-בשורות פֿון געיִעג פֿון די פֿערד.י 

אַז אַלץ אײַנס איז די װעלט, די גאַנצע װעלט אַ קאָפּיטע-זעץ נישט װערט פֿון זײער גרױסן, זײער געניאַלן זיגער, דעם פֿערד פֿון די פֿערד.י

 פֿון אַלע זײַטן פֿון ים שױן שטײַגן די גריװעס פֿון אַפּאָקאַליפּסע-פֿערד, קאַנאָנען בילן, מאַמעס װײַנען אין שלאָף, װער ס'האָט גוטע אױערן, דער הערט.י

 און די װעלט, די װעלט, די איבעריקע װעלט, שאַרפֿט דאָס פֿירזײַטן-שנײַדיקע שװערד, אױף דעם גוטן האַרץ פֿון דעם גוטן פֿאָלק פֿון דעם פֿינפֿטן טײַל פֿון דער ערד.י 

די אָרעמע אין גײַסט די רײַכע אין האַרץ, געבענטשט-די, װאָס ברענגען דעם הימל צו דער ערד.י געבענטשט-די, װאָס שטעלן זײער מזל אַװעק אױף די געטלעך שײַנע פֿיס פֿון פֿערד.י

(דריקט דאָס בילד)י 

אױף מעלבאָרנער גאַסן אין טאָג פֿון גרױסן פֿערד-געיִעג 

פֿון מלך ראַװיטש

(דריקט דאָס בילד)

 געבענטשט זאָלן זײַן די אָרעמע אין גײַסט, װײַל זײער איז דאָס מלכות-פֿון דער ערד... געבענטשט זאָלן זײַן די, װאָס שטעלן אַװעק זײער װעלט אױף די פֿיס פֿון פֿערד.י 

געבענטשט זאָלן זײַן די, װאָס הערן נישט דאָס הירזשען פֿון אַפּאָקאַליפּטישע פֿערד, װאָס שװימען איבער ימען אַהער-אױף כװאַליעס די גריװעס צעלאָזט, פֿון אַלע פֿיר טײַלן פֿון דער ערד.י

 געבענטשט זאָלן זײן די, װאָס זעען נישט אױף דעם הימל הענגען דאָס גרױסע שװערד, און עס שפּרינגט זײער האַרץ אין פֿרײד און גאַלאָפּ מיט דעם ריטם פֿון געיִעג פֿון פֿערד.י 

געבענטשט זאָלן זײַן די, װאָס טראַכטן נישט, װאָס מאָרגן װעט זײַן באַשערט, װאָס שטעלן זײער לעבנס-מזל אַװעק אױף דער שנעלקײט פֿון פֿיס פֿון פֿערד.י

געבענטשט זאָל די שטאָט זײַן, װאָס אין דעם טאָג פֿון גרױסן געיִעג פֿון די פֿערד, װערן פּוסט אירע גאַסן-װי װײַסע נאַכט. און די הײַזער אופֿן און אױסגעלערט.י

האָט זיך דען אױף אַן אמת די גרױסע װעלט, מיט די גרױסע געדאַנקען צו עפּעס דערקלערט? אָבער אַ פֿרײד נעמט אַרום דאָס האַרץ, װען עס קלינגען קאָפּיטעס פֿון פֿערד.י

 

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"3ZZZ"