"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 30 זײַט 1                  נאָװעמבער 2004                       חשון, תשס"ה

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

די אױסטראַלישע װאַלן 2004

פֿון שימעון פֿינקעלשטײַן

דעם נײַנטן אָקטאָבער 2004 זענען אױסטראַליער געגאַנגען שטימען אין די װאַלן פֿאַר דער פֿעדעראַלער רעגירונג.י

(דריקט דאָס בילד)

 דזשאָן האָװאַרד, דער ביז איצטיקער פּרעמיער מיניסטער, האָט געהאָפֿט אַז ער װעט װידער זײַן דער פּרעמיער מיניסטער.י

(דריקט דאָס בילד)

אָבער מאַרק לאַטעם פֿון דער לײַבאָר־אַרבעטס פּאַרטײַ איז געװען אַ גוטער קאָנקורענט.י

בײַם סוף פֿון די װאַלן איז דזשאָן האָװאַרד און זײַן קאָנסערװאַטיװע ליבעראַל פּאַרטײַ אַרױס דער געװינענער, מיט אַ פֿאַרגרעסערטער מערהײַט אינעם רעפּרעזענטאַנטן הױז פֿונעם אױסטראַלישן פּאַרליאַמענט.י

Photo of the central section of Parliament House

(דריקט דאָס בילד)

די ליבעראַל און נאַציאָנאַל פּאַרטײַען האָבן אױך געװוּנען די קאָנטראָל אינעם סענאַט. דזשאָן האָװאַרד איז װידער געװאָרן דער פּרעמיער מיניסטער.י

 

 

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

(דריקט דאָס בילד)

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון  דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן.י

מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש.י

אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זײַט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

אָקטאָבער 2004
סעפּטעמבער 2004
אױגוסט 2004

יולי 2004

יוני 2004

מאי 2004

אַפּריל 2004
מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"