נומער 17 זײַט 2 אָקטאָבער 2003 תּשרי, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
קײן אַמעריקעַ פֿון דבורה זילבערמאַן מיר זענען געפֿאָרן קײן אַמעריקע אין סעפּטעמבער. צום ערשט זענען מיר געפֿאָרן קײן ל.אַ. מיר זענען געפֿאָרן צו דיסנילאַנד. עס איז געװען זײַער גוט און מיקי מױז האָט געמאַכט אַ פֿאָטאָ מיט מיר. מיר זענען אױך געפֿאָרן אױף אַ טור פֿון די אוניװערסאַל סטודיִאָס אין האָליװוּד און דאָרט איז אױך געװען אױסגעצײַכנט. דאַן זענען מיר געפֿלױגן נאָך ניו יאָרק. דאָרט האָבן מיר געזען אַ סך זאַכן װי בראָדװײ, אַ בײסבאָל פֿאַרמעסט, עליס אינדזל, בלומינגדײלס, מײַסיס און מיר זענען אױך געפֿאָרן קײן ניו דזשערסי. מיר זענען אױך געװען אין דרום קאָנעטיקאַט און מיסטיק און איך האָב געהאַט צוקער-קנעפּלאַך פֿון צוקערלעך. אַמעריקע איז געװען זײַער אינטערעסאַנט און עס איז מיר זײער געפֿעלן געװאָרן. איך רעקאָמענדיר איר זאָלט פֿאָרן קײן אַמעריקע!י |
קײן אַמעריקעַ פֿון רײזעלע זילבערמאַן װען איך בין געפֿלױגן קײן אַמעריקע, בין איך געװען זײער צופֿרידן אַרױפֿצוגײן אױפֿן עראָפּלאַן. מיר זענען געפֿעלן געװאָרן די טעלעװיזיִעס װאָס זײַנען געװען הינטער יעדן שטול. עס האָט מיר אָבער נישט געשמעקט דאָס עסן און עס האָבן מיר נישט געפֿעלן די קלײנע קלאָזעטן.י װען מיר זײַנען אָנגעקומען קײן אַמעריקע האָבן מיר פֿאַרבראַכט צײַט מיט אונדזער פֿאַמיליִע און פֿרײַנט צום ערשטן מאָל און מיר האָבן באַזוכט אַ סך ערטער. מיר זענען געפֿאָרן קײן עליס אינדזל, די טענעמענט מוזעום, בראָדװײ, ייִװאָ, דיסנילאַנד, אוניװערסאַל סטודיִאָס, אַ בײסבאַל שפּיל, מיסטיק גן-עדן און צו מיסטיק אַקװאַריום. מיר זײַנען געװען אין ניו יאָרק, ניו דזשערזי, קאָנעטיקאַט און לאָס אַנדזשעלעס. מיר האָבן באַזוכט דאָס אָרט "גרונט זעראָ" װוּ די צװײ טורעמס זענען געשטאַנען. עס איז געװען זײער טרױעריק און איך האָב זיך געפֿילט זײַער אומעטיק. איך האָב אױך געגעסן אַ סך און ספּיציעל אַ סך שאָקאָלאַד און צוקערלעך. מיר האָט געשמעקט דאָס עסן אין אַמעריקע, אָבער די פּאָרציעס דאָרט זענען צו גרױס מען זאָל קענען אַלצדינג אױפֿעסן. אַמעריקע האָט מיר זײער שטאַרק געפֿאָלן און איך װאָלט זײער געװאָלט באַלד צוריקפֿאָרן דאָרט.י ![]() |
|