נומער 17 זײַט 5 אָקטאָבער 2003 תּשרי, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
|
ייִדישע אינדיִאַנער פֿון דבורה זילבערמאַן אַ מאָל זענען געװען דרײַ אינדיִאַנער. די מאַמע, פּאָציענטע, דער טאַטע, געראָנאָװיץ, און די טאָכטער, מיניהאָראָװיץ. אײן מאָל קומט מיניהאָראָװיץ אַהײם און זאָגט, "מאַמע, איך װיל הײראַטן, חתונה האָבן!"? "הײראַטן?! גוט, ס'איז שױן צײַט! דו ביסט שױן אַן אַלטע מױד! זעכצן יאָר אַלט! װער איז דער בחור?" "אױ, מאַמע, האָב איך געטראָפֿן אַ בחור! ער איז שטאַרק, העלדיש..." "װאָס איז זײַן נאָמען?" "ער הײסט סיטינג-בולװאַן." "װאָס פֿאַר אַ ייִחוס האָט ער?" פֿרעגט די מאַמע. "זײן טאַטע איז משוגענער פֿערד, דער גאַנצער מאַכער פֿון דעם שװאַרצעפֿוס שבתּ". "אױ אױב אַזױ, װעלן מיר האָבן אַ חתונה! אַלע די שװאַרצעפֿוס, אַלע די שמאָהאַוקס, און די גאַנצע משפּחה... אױ, אױ אױ, מיר האָבן אָבער אײן צורה!" "פֿאַרװאָס? װאָס איז?"י "די טיפּי איז נישט גענוק גרױס פֿאַר אַלע די געסט פֿאַר אַזאַ חתונה. געראָנאָװיטש!י געראָנאָװיטש, שטײ אױף און גײ ברענג מיר אַ בופֿאַלאָ!" "פֿאַרװאָס װילסטו אַ בופֿאַלאָ?" פֿרעגט איר מאַן. "װײַל מיטן פֿלײש פֿון בופֿאַלאָ, קען איך מאַכן אַ גוט געדעמפּטע בופֿאַלאָ צימעס, און מיטן פּעלץ קען איך מאַכן גרעסער די טיפּי, און מיר װעלן קענען אײַנלאַדן די גאַנצע װעלט צו דער חתונה!" גײט געראָנאָװיטץ, אײן טאָג, צװײ טעג, מען זעט נישט קײַן געראָנאָװיץ. אַ װאָך שפּעטער, קומט געראָנאָװיץ אַהײם, מיט גאָרנישט. "שלימיל װאָס דו ביסט! װוּ איז מײַן בופֿאַלאָ?" פֿרעגט פּאָציענטע.? "דו און דײַן בופֿאַלאָ צימעס!" ענטפֿערט איר געראָנאָװיץ איך האָב אײַך בײדע אין באָד!" "װאָס איז געשען?"? "דעם ערשטן טאָג, האָב איך געזען אַ בופֿאַלאָ, אָבער ניט גענוג גרױס פֿאַר אַ טיפּי, ניט גענוג פֿאַר צימעס. דעם צװײטן טאָג, האָב איך געזען אַן אַנדערן בופֿאַלאָ. אַ גרױסן בופֿאַלאָ, גענוג גרױס אָבער מיט אַזאַ פֿאַרפֿױלטן פּעלץ, פֿע! אַ מיאוסקײט פֿון אַ בופֿאַלאָ, האָב איך נאָך קײנמאָל ניט געזען! נאָך אַ פּאָר מער טעג, האָב איך געזען אַן אַנדערע בופֿאַלאָ. גענוג גרױס, גענוק גוט, שײן, אַ פּערפֿעקטער בופֿאַלאָ!" "נו, װוּדען איז ער?" "װוּדען? בין איך געגאַנגען שעכטן דעם בופֿאַלאָ, קוק איך אין מײַן טאַש, אױ געװאַלד! גױיִשער קאָפּ! איך האָב גענומען מיט זיך נאָר דעם מילכעדיקן טאָמאַהאָק!"י |
|