נומער 17 זײַט 6 אָקטאָבער 2003 תּשרי, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
|
טײַערער פֿרײַנד,י עס קומט אײַך אַ ייִשר-כּוח פֿאַר אײַער פֿײַן רעדאַגירטן אינטערנעט-זשורנאַל "די יונגע גװאַרדיע"י. דערלױבט מיר נאָר אָבער אַ קלײנע באַמערקונג, און נעמט דאָס נישט אָן פֿאַר אומגוט: אין אײַערע אָנװײַזונגען בײַ יעדער אינטערװענץ פֿון דעם פֿינגער, הײסט איר "קװעטשן" אױפֿן אָנגעװיזענעם קנעפּל... דאָס איז נישט דער ריכטיקער אױסדרוק פֿאַר אָט דער פֿונקציע (װײַל עס קען זיך נאָך עפּעס אַרױסקװעטשן). לױט מײַן מײנונג איז דאָס ריכטיקע װאָרט פֿאַר דעם: דריקן. מען דאַרף אַ דריק טאָן אױף דעם געהעריקן קנעפּל.י איך װינטש אײַך אַ סך דערפֿאָלג.י אײַער יצחק לודען.י חשובער און טײַערער פֿרײַנד לודען,י אַ דאַנק פֿאַר אײַער הומאָריסטישע און ריכטיקע באַמערקונג. דאָס װאָרט "קװעטשן"י איז אָבער אַזױ ייִדישלעך, נישט נאָר דאָס קװעטשטן אין פֿיזישן זינען, נאָר אױך "קװעטשן די באַנק"י, און אױב אַ מענטש פֿאַרמאָגט אַ שװערן געמיט, זאָגט מען אין דעם "ייִנגלישן" לעקסיקאָן "װאָסאַראַ קװעטש". אָבער איר זײַט גערעכט, "דריקן" איז אַ בעסערער אױסדרוק אין דעם פֿאַל. מיר װעלן זיך באַראַטן איבער דעם מיט די יונגע רעדאַקטאָרן.י אַ דאַנק. מיט חברישע גרוסן,י די רעדאַקטאָרן פֿון "די יונגע גװאַרדיִע"י *** װילט איר װערן אַ פּען-פֿרײַנד?י שרײַבט אונדז אַ בליצבריװ מיט אײַער נאָמען און עמײַל אָדער הײם אַדרעס און מיר װעלן עס אַרױפֿזעצן אױף דעם װעב בלאַט און אַפֿשר װעט עמעצער אײַך ענטפֿערן.י זאָל זײַן מיט מזל!י *** |
|