"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 17 זײַט 3                          אָקטאָבער 2003                               תּשרי, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

 שׂמחת תּורה !י

 פֿון מאַרק װאַרשאַװסקי 

קינדער, מיר האָבן שׂמחת-תּורה, שׂמחת-תּורה אױף דער גאַנצער װעלט. תּורה איז די בעסטע סחורה-אַזױ האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט.י

 אױ, װײַ, אױ-אױ-אױ!י פֿרײלעך, קינדער, אָט אַזױ!י רענדלעך שיטן זיך פֿון זעק,י פֿרײלעך-אָן אַן עק!י 

כאָטש איך בין מיר אַן אָרעם ייִדל און עס דאַרט מיר גוט דער מוח,י שׂמחת-תּורה זינג איך אַ לידל,י און מאַך אַ גוטע כּוסה אױך.יאױ, װײַ--- 

װער סע קען ניט מײַנע צרות, זאָל זײ ניט קענען - זאָג איך אײַך: נאָר טאַקע גלײַך מיט אַלע שׂררות בין איך שׂמחת-תּורה רײַך.י אױ, װײַ ---י 

דבורה, גיב מיר די נײַע קאַפּאָטע, איך װעל זי אָנטאָן טאַקע אַצינד. איך װעל דיר זאָגן,י אַלצדינג איז בלאָטע, אַבי מען איז, ברוך-חשם,י געזונט!יאױ, װײ --י 

װוּ איז בערל און װוּ איז דװאָשע?י רוף זײ אַלע אין שטוב אַרײַן!י די מומע סאָסי, דעם פֿעטער יאָשע,י זאָלן זײ אַלע פֿײלעך זײַן!י אױ, װײַ ---י 

שׂמחת-תּורה-פֿון גאָט אַ מתּנה - זאָל אונדז תּמיד הײליק זײַן!י אַפֿילו די שטערן מיט דער לבנה זײַנען געגאַנגען טרינקען װײַן..יאױ, װײַ ---י 

קינדער, מיר האָבן שׂמחת-תּורה, שׂמחת-תּורה אױף דער גאַנצער װעלט.י תּורה איז די בעסטע סחורה - אַזױ האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט.יאױ, װײַ--י 

אַ פֿרײלעך סוכּות !י

דער ייִדישער דיכטער שמעון פֿרוג האָט עטלעכע טרעפֿלעכע שורות װעגן סוכּות:י 

יום-כּיפּור, דאַנקען גאָט אַװעק,י 

אױס װײַנען, זיפֿצן גאַנצע טעג

 מ'זיצט אין סוכּה װידער.י 

מ'זיצט באַדעקט מיט גרינעם סכך

 אין רואיקײט און פֿרײַדן 

דער לולב שײַנט, דער אתרוג

 שמעקט אַ ריח פֿון גן-עדן!...י

(קװעטשט דאָס בילד)

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"