נומער 29 זײַט 1 אָקטאָבער 2004 חשון, תשס"ה
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
"די יונגע גוואַרדיע" אין אַ יידישע ראַדיאָ שפּיל פון שיינדל גרינבלאַט (דריקט דאָס בילד) אין אָקטאָבער זענען די רעדאַקטאָרן פון "די יונגע גוואַרדיע" ארויסגעטראָטן אויף דער יידישער ראַדיאָ איבער גאַנץ אויסטראַליע. מיר זענען געגאַנגען צום פעדעראַשיאָן סקווער, אין צענטער פון מעלבורן אין די סטודיאָס פון דער ס.ב.ס. ראַדיאָ סטאַציע און געלייענט און רעקאָרדירט שלום עליכמס דערציילונג פון מאָטל פּייסי דעם חזנס, "לאָנדאָן פאַרוואָס ברענסטו נישט?". צום ערשט האָבן מיר געמאַכט אַ סך פעלערן אָבער נאָך עטלעכע רעפּעטיציעס האָבן מיר זיך פאַרבעסערט. עס איז געווען זייער קאָמיש און מיר האָבן אָפט מאָל זיך צעלאַכט און געמוזט איבערייסן די רעקאָרדירונג.י (דריקט דאָס בילד) די ראָלן האָבן אויסגעשפּילט: מאָטל פּייסי-רייזל זילבערמאַן, נאַראַטאָר-דבֿורה זילבערמאַן, חבר פּיניע-שימעון פינקעלשטיין, ברכה און די מאַמע-שיינדל גרינבלאַט, דער טראָמוויי קאָנדוקטאָר-רחל ליסטאָקין, עליהו און דער לאָנדאָנער ייד-הנה מאַלער. דער לערער און ראַדיאָ פּראָדוצענט אַלעקס דאַפנער האָט צוגעגעבן אויטענטישע קלאַנגען פון לאָנדאָן פון דער צײַט ווען שלום עליכם האָט די מעשׂה געשריבן. עס איז אויך צוגעגעבן געוואָרן אַ פריילעכע כּלי-זמר מעלאָדיע און רעקאָרדירט אויף אַ קאָמפּאַקט-דיסקל. אַיר קענט באַקומען דאָס קאָמפּאַקט דיסקל אויב איר שרייבט צו אונדז. איר קענט אָבער שוין הערן די פּיעסע אויפן אינטערנעט אויב איר דריקט דאָ:י (דריקט דאָס בילד) מיר האָפן אַז עס וועט אייך געפעלן און אַז איר וועט אונדז שרייבן וואָס איר טראַכט וועגן דעם. אַ גרויסן דאַנק לערער אַלעקס פאַר אָרגאַניזירן און מאַכן די רעקאָרדירונג.י (דריקט דאָס בילד)
|
! ברוך-הבא ! שלום עליכם (דריקט דאָס בילד) זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן.י מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ רײזעלע זילבערמאַן פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן |