"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 29 זײַט 2                 אָקטאָבער 2004                       חשון, תשס"ה

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

יידישע-קאָמיקער אַקטיאָרן 2

 הענק אַזאַריע

Hank Azaria

(דריקט דאָס בילד)

פון דבורה זילבערמאַן

הענק אַזאַריע איז גבוירן געוואָרן אין 1964 אין קווינס ניו-יאָרק. ער האָט אויך געהאַט אַ שוועסטער סטעפאַני.  זיי זענען געווען קינדער פון אַ ספרדישער יידישער משפּחה וואָס איז געקומען פון סאַלאָניקי, אין גריכנלאַנד.  אסתּר און אַלבערט האָבן געשיקט הענק אין דער קוּוו-וואַלד שול אין ניו-יאָרק און שפּעטער איז ער געגאַנגען לערנען דראַמאַטורגיע אויפן טאַפטס אוניווערסיטעט אין מעסעטוסעטס.  ער האָט פאַרפולקאָמט זיינע דראַמאַטישע סטודיעס אין לאָס-אַנדזשעלעס אין 1987 און אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פון דראַמאַטיש קונסט אין ניו יאָרק ווי אויך דעם קאָלומביע אוניווערסיטעט.  שפּעטער אין זיין קאַריערע אין 1999 האָט ער געווּונען אַ פּריז פונעם טאַפטס אוניווערסיטעט.י

אַלס סטודענט האָט הענק געמוזט אַרבעטן ווי אַ קעלנער, אָבער שפּילן קאָמעדיע איז געווען זיין אַמתער באַגער.  זיין גרויסע שאַנס איז געקומען ווען ער האָט באַקומען די ראָלע פון פרענק ניטי, אינעם פילם "די שטאַרקע האַנט" געמאַכט אין יאָר 1988.  פון דעמאָלט אָן האָט ער געהאַט גרויס דערפאָלג.  אין 1989 האָט ער געשפּילט מיט "די סימפּסאָנס" און באַקומען אַ סך ראָלן אויף טעלעזוויזיע פּראָגראַמען און פילמען.  איינער פון די איז געווען די פּאָפּולערע סעריע "משוגע פאַר דיר" אין יאָר 1996 ביז 1997.  אין יאָר 1999 האָט הענק אַזאַריע חתונה געהאַט מיט די אַקטריסע פון דער סעריע העלען האַנט, אָבער זיי האָבן זיך געגט אַ יאָר שפּעטער.

 אין די 90 –קע יאָרן האָט הענק געשפּילט אַ סך וויכטיקע ראָלן אין פילמען ווי "גאָדזילע", "דאָס וויגעלע וועט זיך וויגן", "מיסטעריעזע מענער", "אַנאַסטאַזיע", "דער פויגל שטייג", "דינסטיק מיט מאָרי" און "אַמעירקע'ס געליבטע".י  אָבער הענק האָט נישט בלויז געשפּילט אין קאָמעדיעס און ראָמאַנטישע פילמען. אין 2001 האָט ער געשפּילט מדרכה אַניעלעוויטש דעם העראָישן פירער פון דעם וואַרשעווער געטאָ אויפשטאַנד אינעם באַווּוסטן דראַמאַטישן פילם "אויפשטאַנד".  נאָך דעם איז ער צוריק צו קאָמישע ראָלן אין "עס איז געקומען פּאָלי", קיינער איז נישט פּערפעקט" וועלכן ער האָט פינאַנסירט, "דאָדזש-באָל" און "האַף".י  ער האָט ווידער געאַרבעט ביי דעם טעלעוויזיע שלאַגער "די סימפּסאָנס" ווּו ער האָט פאַרדינט $100,000 פאַר יעדער עפּיסאָד אין יאָר 2002.י איצט גרייט מען זיך זעען הענק אַזאַריע שפּילן דעם ריטער לאַנצעלאָט אין דער קאָמישער ווערסיע פון "ספּאַמעלאָט" און די מוזיקאַלישע ווערסיע פון "מאָנטי פּייטאָן און דער הייליקער בעכער". עס וועט זיך דערעפענען אויף בראָדוויי אין פעברואַר.י

יידישע קאָמיקער-אַקטיאָרן 1

יונה סאַפראַן

(דריקט דאָס בילד)

פון דבורה זילבערמאַן

יונה סאַפראַן איז געבוירן געוואָרן אין מעלבורן, אויסטראַליע, אין 1972 צו אַ וועלטלעכע יידישע משפּחה.   פון מאַמעס זײַט זיינען זיי געווען יידישיסטן און בונדיסטן.  זיין מוטער האָט געענדיקט די שלום-עליכם שול און געווען אַ יידישע לערערין און ליב געהאַט יידיש איר גאַנץ לעבן.  זיין זיידע איז געווען אַ שול טוער.  זיין פאָטער איז אויך אַמאָל געווען אַ לערער. יונה אַליין איז געגאַנגען אין באַלווין עלעמענטאַר שול, און אין אַכטן יאָר אַריבער אין דער ישיבה אין  מיזרח סיינט קילדאַ.  אין 1997 האָט ער אָנטייל גענומען אינעם טעלעוויזיע פּראָגראַם "געיעג אַרום דער וועלט", און ער איז געווען זייער פּאָפּולער מיט די צושויער.י 

(דריקט דאָס בילד)

נאָך דעם האָט ער געשפּילט פאַרשידענע קאָמישע שטיק און אַלס קאָמעדיאַנט אין טעלעוויזיע פּראָגראַמען און ענדלעך באַקומען זיין אייגענעם פּראָגראַם וועגן ראָק-מוזיק וואָס האָט געהייסן "מוזיק דזשאַמבאָרי".  דער פּראָגראַם האָט זייער געפאָלן דעם יונגערן דור און אויסגענומען צוויי פילם און טעלעוויזיע פּריזן.י

איצט האָט זיך פאַרענדיקט זיין נייער פּראָגראַם וואָס פאָרשט, אויף אַ זייער קאָמישן אופן, די פאַרשידענע גרעסערע און קלענערע און אפילו משוגנע רעליגיעס אַרום דער וועלט. עס הייסט "דזשאָן סאַפראַן שטעלט זיך קעגן גאָט".י

 

(דריקט דאָס בילד)

 

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זײַט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

סעפּטעמבער 2004
אױגוסט 2004

יולי 2004

יוני 2004

מאי 2004

אַפּריל 2004
מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"