נומער 29 זײַט 5 אָקטאָבער 2004 חשון, תשס"ה
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
יידישע-יינגלישע וויצן געזאַמלט פֿון שימעון פֿינקעלשטײַן (דריקט דאָס בילד) שרה, אַן עלטערע פרוי גייט צו צו אַ פרױ וואָס שטייט ביי אַן אויטאָבוס-סטאָפּ אין אַ יידישע געגנט, זי ציט איר ביים אַרבל און פרעגט: "פאַרשטייסט יידיש?". די פֿרױ ענטפערט איר "יאָ, איך פאַרשטיי." שמייכלט שרה צופרידן און פרעגט איר : "וואָט טיים איז יט?"י וואָס האָט דער קעלנער געפרעגט די גרופּע ייִדישע מאַמעס אין זײַן רעסטאַוראַן? – "איז עפּעס אין אָרדענונג??"י *** װיפֿל ייִדישע מאַמעס דאַרף מען האָבן צו טױשן אַן אױסגעברענטע לאָמפּ? – קײן אײַנע אױך נישט. "עס מאַכט נישט אױס, זאָרג זיך נישט װעגן מיר. איך װעל שױן זיצן אַזױ אין דער פֿינצטער."י *** אין תּוך האָבן אַלע ייִדישע יום־טובֿים דעם זעלבן באַדײַט׃- "זײ האָבן אונדז געװאָלט אומברענגען, מיר האָבן געזיגט, לאָמיר עסן..."י *** געזאַמלט און איבערגעזעצט פֿון רחל ליסטאָקין דער חלום משה דערצײַלט זײַן פּסיכיײַטרקע׃- "איך האָב געהאַט אַ משוגהנעם חלום. איך האָב געזען מײַן מוטער און זי האָט געהאַט דײַן פּנים. איך האָב זיך אױפֿגעװעקט און נישט געקענט װידער אײַנשלאָפֿן. איך בין געלעגן און זיך געדרײַט אין בעט ביז זיבן אַזײַגער אין דער פֿרי. דאַן בין איך אױפֿגעשטאַנען, געגעסן אַ שטיקעלע ברױט, גענומען אַ שלונג קאַװע און איך בין געקומען גלײַך דאָ צו דיר. איך בין זײער אױפֿגערודערט. קענסטו אױסטײַטשן מײַן חולם?" פֿאַרטראַכט זיך די פּסיכיאַטרקע און ענטפֿערט אים׃- "אײַן שטיקעלע ברױט און אַ שלונג קאַװע? דאָס הײסט בײַ דיר פֿרישטיק?!"י
|
די "סופּער" העלדן רייזן און שימל אין יידיש-שטאָט (צווייטער טייל) (דריקט דאָס בילד) עס איז געווען אַ זוניקער פרימאָרגן אין יידיש-שטאָט און אלץ איז געגאַנגען גוט. מיר טרעפן אונדזערע העלדן ביים עסן פרישטיק אין זייער באַכעלטעניש אין אַ הייל. זיי קוקן אויף שימלס באַליבטער טעלעוויזיע פּראָגראַם, די נייעס אין דער פרי. און זיי זעען ווי מען גיט איבער: "אין די לעצטע נייעס, בייזע חזירים זיינען אַריין אין יידיששטאָט און די פּאָליציי קעמפט מיט זיי. ווּו זענען די מענטשן אין יידיש-שטאָט?" פרעגן די זשורנאַליסטן. "מיר מוזן זיי העלפן שימל!", האָט רייזן געזאָגט. "אָבער רייזן, איך קען זיי נישט העלפן. חזירים זענען מיין איינציקע שוואַכקייט, און אויב איך וועל קעמפן מיט זיי, גאָט ווייסט נאָר וואָס קען געשען! איך קען נאָך אומקומען אין דעם קאַמף!", האָט שימל געענטפערט. "איך וועל אָבער קומען מיט דיר", האָט ער צוגעגעבן. זענען זיי געגאַנגען געפינען די בייזע חזירים און זייער באַלעבאָס. זיי זענען געגאַנגען זיי זוכן תּיכּף גלייך און אַפילו נישט אָפּגעטראָטן אין זייער שטאַב... (דער המשך אין קומענדיקן נומער...) *** דרך - ארץ !!י (דריקט דאָס בילד) |