נומער 29 זײַט 3 אָקטאָבער 2004 חשון, תשס"ה
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
ירושה פון י י שוואַרץ
איבער מיר האָבן דורות געוויינט:י "... מײַן קינד, דו זאָלסט בלײַבן אַ ייד.י זאָל דײַן טאַטנס ירושה און לייד אין דיײַן האַרצן טיף ווערן געהיט.י
כ'בין מיט גאָלד ניט געוואָרן געשטראָפט,י נאָר מיט גײַסט האָט באַשאָנקען מיך גאָט,י איך טראָג דורות און דורות אין האַרץ,י ער פאַרמײַדט ניט פון אונדז זײַן גענאָד.י
איך בין מיד, איך בין אַלט – ביסט יונג,י גיי פאָרויס, גאָט באַשירעמט מײַן קינד,י און דײַן זעל זאָל געלײַטערט אַרויס דורך נסיונות פון לעבן און זינד.י
ניט פאַרגעס אונדזער גאַנג איבער וועלט –י "זײַ אַ ייד". – ער האָט מער ניט גערעדט.י נאָר זײַן בליק האָט געלויכטן, געגליט,י מיט בטחון און שטילן געבעט.י
ס'האָט אין שול דער נר-תּמיד געצאַנקט מיט זײַן ציטערדיק-טרויעריק ליכט,י כ'האָב מיט יראה און אַנגסט זיך געבוירן,י אין פּרוכת פאַרהילט מײַן געזיכט.י
|
די פרוכט בױם פֿון ראָזע פײלעמען איבערגעזעצט פֿון רחל ליסטאָקין
(דריקט דאָס בילד)
איך װאָלט געװאָלט האָבן אַ גאָרטן מיט אַ פֿרוכט בױם אױפֿן גראָז די קלײנע פֿױגל װאָס װױנען דאָרטן װאָלטן מיך אױפֿגעװעקט בײַם בעגינען.י
און אין די פֿרילינג װעטער װען אַלע בלעטער זענען גרין איך װיל זיצן אונטער די לאַנגע צװײַגן און זען די לופֿט צװישן.י
|