נומער 28 זײַט 1 סעפּטעמבער 2004 עלול, תשס"ד-ה
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
מיר ווינטשן אַלע לײענער אַ געזונט, פֿרײלעך און פֿרידלעך נײַ יאָר !י
אַ קורצע געשיכטע פֿון אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך געפֿאָרשט און צוגעגרייט פֿון רחל ליסקאָטין מיט הילף פֿון חנה מאַלער (דריקט דאָס בילד) המשך פֿון אױגוסט נומער - דריקט דאָ דאָס אַנטװיקלונג פֿון ייִדיש: פֿיר עטאַפּן ג. מיטל ייִדיש אינעם 16 -טן יאָרהונדערט איז מיזרח אײראָפּע און ספּיציעל פּױלן געװאָרן דער צענטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. די שפּראַך פֿון די ייִדן דאָרט האָט אָנגעהױבן אַרײַננעמען אַ סך מער װערטער פֿון די סלאַװישע שפּראַכן, און די אונטערשײַד צװישן די צװײ הױפּט דיאַלעקטן פֿון ייִדיש איז געװאַקסן. אין דער צײַט איז ייִדש געװאָרן אַ געשריבענע װי אױך אַ גערעדטע שפּראַך. ייִדיש איז געשריבן געװאָרן מיט די העברעישע, נישט לאַטײַנישע בוכשטאַבן־אותיות.י" (דריקט דאָס בילד) |
! ברוך-הבא ! שלום עליכם (דריקט דאָס בילד) זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן.י מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ רײזעלע זילבערמאַן פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן |