"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 28 זײַט 2                             סעפּטעמבער 2004                            עלול, תשס"ד

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

(דריקט דאָס בילד)

ה. דאָס טױט פֿון ייִדיש?י

די מערהײַט פֿון די זעקס מיליאָן אײראָפּעישע ייִדן װאָס זענען אומגעבראַכט געװאָרן אינעם חורבן, זענען געװען ייִדיש רעדנער. די װאָס האָבן איבערגעלעבט און פאַרלאָזט אײראָפּע און געפֿאָרן קײַן ישראל אָדער די מערבֿ לענדער, האָבן געמוזט אױסלערנען די היגע שפּראַך און ייִדיש איז געװאָרן די צװײַטע אָדער דריטע שפּראַך. י

(דריקט דאָס בילד)

ואון די אױפֿלעבונג?י

טראָץ די אױבן דערמאָנטע טראַגישע געשעענישן, זענען פֿאַראַן נאָך מענטשן װאָס נוצן ייִדיש װי זײַער הױפּט שפּראַך. איצט באַקומט ייִדיש אױך די אַנערקענונג פֿון דער אַקאַדעמישער װעלט, װי אַן עכטע און אינטערעסאַנטע שפּראַך, און נישט װי אַ זשאַרגאָן און אַ קאָרופּטירטע שפּראַך װי עס איז באַטראַכט געװאָרן אין דער פֿאַרגאַנגענהײַט. י

Monash University

(דריקט די בילדער)

אַ סך אוניװערסיטעטן איבער דער װעלט לערנען ייִדישע קורסן, און האָבן דיפּלאָמען פּראָגראַמען אין ידישער לינגװיסטיק, ליטעראַטור און קולטור. לינגװיסטן און היסטאָיקער פֿון דער דײַטשער שפּראַך לערנען אױך ייִדיש װײַל די אַנטװיקלונג פֿון דער דײַטשער שפּראַך האָט אַ שײַכוס מיט ייִדש און װערטער װאָס זענען הײַנט בלױז פֿאַראַן אין ייִדיש.י

(דריקט דאָס בילד)

 

אַ קורצע געשיכטע פֿון אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך

המשך פֿון זײַט 2 און אױגוסט נומער - דריקט דאָ

געפֿאָרשט און צוגעגרייט

פֿון רחל ליסקאָטין מיט הילף פֿון חנה מאַלער

(דריקט דאָס בילד)

ד. מאָדערן ייִדיש

נאָכן 17 -טן יאָרהונדערט, האָט מערבֿ ייִדיש אָנגעהױבן פּאַמעלעך אָפּצושװאַכן אַ דאַנק די השׂכּלה און עמאַנציפּאַציע װאָס האָט זיך צעפֿלאַמט איבער מערבֿ־אײַראָפּע, און דער מיזרח דיאַלעקט איז געװאָרן דער הױפּט דיאַלעקט פֿון ייִדיש.י

(דריקט דאָס בילד)

פֿאַר דער צװײַטער װעלט קריג האָבן ב"אַן ערך 10 מיליאָן מענטשן גערעדט ייִדיש, אָבער לײַדער אינעם מיטל פֿונעם צװאָנציקסטן יאָרהונדערט, האָט דער חורבן און די פֿאַרפֿאָלגונגען קעגן ייִדן אינעם סאָװיעטן פֿאַרבאַנד צוגעפֿירט צו אַ שטאַרקער פֿאַרקלענערונג פֿון ייִדיש רעדנדיקע ייִדן אין דער װעלט.י

(דריקט דאָס בילד)

די גרעסטע טײַל ייִדן אין דעם געװעזענעם ראַטן פֿאַרבאַנד האָבן נישט גענוצט ייִדיש צוליב סטאַלינס פאַרבאָט. דערפֿאַר איז ייִדיש כּמעט װי פֿאַרשװוּנדן  אין אַ סך ערטער, און מען האָט געמײַנט אַז ייִדיש שטאַרבט און װעט װערן אַ טױטע שפּראַך.י

 

זײַט 1: אַהײם

זײַט 2: אַרטיקלען

זייט 3: לידער

זײַט 4: שפּילן און רעטענישן

זײַט 5: הומאָר

זײַט 6: בריװ

זײַט 7: רעדאַקציע

זײַט 8:  פֿאַרבינדונגען

אױגוסט 2004

יולי 2004

יוני 2004

מאי 2004

אַפּריל 2004
מערץ 2004
פֿעברואַר 2004
יאַנואַר 2004
דעצעמבער 2003
נאָװעמבער 2003
אָקטאָבער 2003
סעפּטעמבער 2003
אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS" 

ייִדיש ראַדיאָ"ZZZ"