נומער 28 זײַט 5 סעפּטעמבער 2004 עלול, תשס"ד-ה
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
זענען רײזן און שימאָל אַװעק קײן קאָלפֿילד שול. װען זײ זײנען אָנגעקומען אין שול, זענען זײ שטילערהײַט אַרײַנגעגאַנגען צו װאַרטן אױף סאַנטאַ און זײַנע מיטהעלפֿער. אָבער אַז זײ זײַנען אַרײַן האָבן זײ געהערט שאָסן און געזען סאַנטאַ שטײַן הינטער זײ. האָט שימאָל שנעל אַרױסגענומען זײַן ביקס און געשאָסן אױף סאַנטאַ. רײזל דערװײַל איז געפֿלױגן איבער סאַנטאַס קאָפּ און אים געשלאָגן ביז ער איז געפֿאַלן חלשות. דאַן איז שימאָל געפֿלױגן איבער סאַנטאַס מיטהעלפֿער און זײ פֿאַרטריבן. רײזל האָט פֿאַרבונדן סאַנטאַ מיט שטריק און אָנגעקלונגען די .פֿ.פֿ.ר.ד.װ. און זײ געבעטן זײ זאָלן קומען אים אַװעקנעמען.י װען לערער דאַלעקס איז געקומען האָט ער זײ געזאָגט "מזל־טובֿ" און צוגענומען סאַנטאַ אין טורמע אַרײַן. אַזױ אַרומעט איז ראש־השנה געראַטעװעט געװאָרן. רײזל און שימאָל האָב זיך געגעבן די הענט און אַװעק אין ריכטונג פֿונעם זון-פֿאַרגאַנג...י
דער סוף *** עלטערן און קינדער...י
אַ ייִדישער טאַטע קלינגט אָן זײַן זון דוד אין מעלבורן פֿון סורפֿערס פּאַראַדײַס און זאָגט אים׃ "עס טוט מיר באַנג דיר צו זאָגן אַז איך און דײַן מוטער קענען זיך מער נישט אָנקוקן און מיר גײען זיך גטן. שױן גענוג ! איך װיל אױסלעבן מײַנע יאָרן ב"שלום און רואיק. איך דערצײַל דיר איצט אַז דו און דײַן שװעסטער זאָלן נישט איבעראַשט װערן שפּעטער װען איך צי זיך אַרױס", און דער טאַטע לײַגט אַװעק דעם טעלעפֿאָן.י דער זון קלינגט גלײַך אָן זײַן שװעסטער אין סידנעי און דערצײַלט איר די נײַעס װעגן זײַערע עלטערן. זי קלינגט אים באַלד אָן און בעט אים׃ י"טאַטע טו גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, ביז איך און דוד פֿליען דאָרט צו אײַך. מיר װעלן זײַן בײַ אײַך מיטװאָך אָװנט". "נו גוט, קומט", זאָגט דער פֿאָטער. װען ער לײַגט אַװעק דעם טעלעפֿאָן רופֿט ער אַױס צו זײַן װײַב׃ "ס"איז אין אָרדענונג, זײַ קומען אױף ראש־השנה !"י |
אַמאָל איז געװען אַ מעשה...י האָט איר געטראָפֿן װי אַזױ די מעשׂה ענדיקט זיך?י אױסגעטראַכט פֿון רײזל זילבערמאַן און שימעון פֿינקעלשטײַן
י דאָס לעצטע מאָל האָבן מיר געלײענט װעגן אונדזערע העלדן שימאָל און רײזן׃י אַמאָל איז געװען אַ ייִנגל װאָס האָט געהײַסן שימאָל פֿינקלזיצנער. ער האָט געהאַט אַ פֿרײַנט װאָס האָט געהײסן רײזן זילבערפֿרױ.י אין אײַנעם אַ טאָג איז צו זײ צוגעקומען אַ מאַן אױף דער גאַס, און זײ געפֿרעגט צו זײ קענען אים אַרױסהעלפֿן.י שימאָל און רײזן האָבן אים געזאָגט אַז כּודם װאָלטן זײ געװאָלט װיסן װאָס זײ באַדאַרפֿן טאָן? האָט ער געענטפֿערט׃ "מיר מוזן ראַטעװען די װעלט!"י שימאָל און רײזן האָבן נישט געװוּסט װאָס צו טאָן, און צו דער מאַן איז ערנסט... האָבן רײזן און שימאָל געזאָגט: "נײן"!י איצט לײענט װײַטער׃י ענדלעך האָבן שימאָל און רײזן געזאָגט י"יאָ", װײַל זײ האָבן נישט געװאָלט מער קאָפּ פֿאַרדרײַענישן. האָט דער פֿרעמדער מאַן זײ געפֿירט צו זײַן באַהעלטעניש. שימאָל און רײזן האָבן פֿאַרמאָגט אױסערגעװײַנטלעכע כּוחות און לײַזער שטראַל געװער. האָט שימאָל געפֿרעגט דעם מאַן "אַנטשולדיק מיר, אָבער װאָס איז דײַן נאָמען?". און דער מאַן האָט געענטפֿערט, מײַן נאָמען איז לערער דאַלעקס אַפֿנער און איך בין דער אָנפֿירער פֿון דער פֿעדעראַציע פֿאַר ראַטעװען די װעלט, װאָס הײסט די .פֿ.פֿ.ר.ד.װ. און מיר װילן אַז איר זאָל ראַטעװען ראש־השנה. דער שלעכטער סאַנטאַ קלאָס װיל צעשטערן די ראש־השנה תפילות אין קאָלפֿילד שול. איר מוזטשױן גײן, מיט אײערע ספּעציעלע כּוחות און לײזער װאָפֿנס, און ראַטעװען דעם יום־טובֿ.י
|