?פֿאַרװאָס די יונגע גװאַרדיִע

פֿון דבורה זילבערמאַן

 מיר האָבן אױסגעקליבן דעם נאָמען "די יונגע גװאַרדיִע" פֿאַר אונדזער נײַער צײַטונג װײַל מיר זענען די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה. מיר זײַנען די יונגע גװאַרדיִע פֿון ייִדיש. עס האָט אונדז געפֿאָלן דאָס נאָמען און מיר האָפֿן אַז עס װעט אײַך אױך געפֿעלן. ס'איז אױך באַװוּסט אַז עס איז דאָ אַ ליד װעגן דעם נאָמען. מיר דרוקן דאָ דאָס ליד.י

"די יונגע גװאַרדיִע"

(די ערשטע סטראָפֿע)

 דעם מאָרגנרױט אַנטקעגן

 װי נאָר די זון דערשײַנט,

 פֿאַרנעמען מיר די װעגן

 זאָל ציטערן דער פֿײַנט.

 פֿאָרױס, פֿאָרױס מיט פֿעסטע טריט

 מיר צװײפֿלען ניט, מיר װאַרטן ניט,

 װײַל מיר די יונגע גװאַרדיִע *2

 פֿון פּראָלעטאַריִאַט *2