נומער 31 זײַט 1 דעצעמבער 2006 טבת, תשס"ז
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
2006 אַ היסטאָריש יאָר פֿאַר יידיש אין מעלבורן
פֿון שיינדל גרינבלאַט 2006 איז געווען דאָס יאָר פֿון דעם ערשטן ווי.סי. אי. (מאַטורע) יידיש קלאַס אין מעלבורן. עס זײַנען געווען 11 סטודענטן אין צוויי יידישע שולן וועלכע האָבן אָפּגעגעבן די עקזאַמענס. די סטודענטן זײַנען געווען פֿון די יידישע שולן, "די דוד המלך שול" און "הר הצופֿים קאָלעדזש". די סטודענטן האָבן געהאַט אַ זייער פֿאַרנומענעם יאָר, אָבער די קלאַסן זענען געווען זייער פֿריילעך און באַלערנדיק.י איך האָב געפֿרעגט עטלעכע פֿון די שילערס, וואָס זיי טראַכטן וועגן זײַן באַטייליקט אין דעם ערשטן ווי.סי.אי. קלאַס און פֿאַרשריבן זייערע ענטפֿערס:י דבֿורה: ווי יצחק באַשעוויס זינגער האָט אַמאָל געזאָגט ווען ער האָט באַקומען דער נאָבעל פּריז פֿאַר ליטעראַטור אין יאָר 1978: "יידיש האָט נאָך נישט געזאָגט איר לעצט וואָרט. עס פֿאַרמאָגט אוצרות וואָס זענען נאָך נישט אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַר די אויגן פֿון דער וועלט. אין אַ געוויסע מאָז יידיש איז די קלוגע און באַשיידענע שפּראַך פֿון אונדז אַלעמען, דער אידיאָם פֿון אַן איבערגעשראָקענער און האָפֿנדיקער מענטשהייט"י רייזל: אַ דאַנק ווי.סי.אי יידיש האָב איך געקענט פֿאַרבעסערן מײַן יידיש. איך בין שטאָלץ צו זײַן אַ מיטגליד פֿון דער דוד המלך שולס און מעלבורנס ערשטער ווי.סי. אי יידיש קלאַס.י שמעון: ווי.סי.אי יידיש איז געווען אַ זייער גוטע געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן מײַן יידיש און באַרײַכערן מײַנע קענטענישן פֿון דער יידישער קולטור.י אַלע שילערס זײַנען געווען מסכּים און צופֿרידן וואָס זיי זײַנען געווען אַ טייל פֿון דעם היסטאָרישן ערשטן ווי.סי.אי יידיש קלאַס.י מיר ווינטשן אַלע טײַערע לייענערס און פֿרײַנד אַ פֿריילעך יום טובֿ הנוכּה און עסט אַ סך לאַטקעס און פּאָנטשקעס!י |
! ברוך-הבא ! שלום עליכם
(דריקט דאָס בילד) דער דוד המלך שולס ערשטער ווי.סי. אי יידיש קלאַס.י עס שטייען ר-ל: הנה מאַלער, רבקה מאַרקס, שמעון פינקלשטיין, שיינדל גרינבלאַט, רייזל זילבערמאַן, רחל ליסטאָקין, דבורה זילבערמאַן, לערער אַלעקס דאַפנער מיר די רעדאַקטאָרן פון "די יונגע גוואַרדיע" זענען געווען זייער פאַרנומען מיט די שטודיעס, בפרט מיט דעם ערשטן יאָר פון יידיש לשון ווי אַ מאַטורע לימוד. ליידער האָבן מיר נישט געהאַט קיין צײַט אַרויסצוגעבן "די יונגע גוואַרדיע" דעם פאַרגאַנגענעם יאָר. איצט גיבן מיר אַרויס דעם נייעם נומער !י זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך שול אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן.י מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ רײזעלע זילבערמאַן פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן
|