"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 1, זייט 1                                  מאַיִ 2002                              אַיִיִר-סיון, תשס"ב

"דאָס געטאָ ברענט"

(קוועטשט אויפן בילד צו פאַרגרעסערן)

 - רעצענזיִע פֿון 

רײַזל זילבערמאַן און 

רחל ליסטאָקין

 דאָס" געטאָ ברענט" איז אַ געשיכטע װעגן לעבן אין װאַרשעװער געטאָ. עס איז געשריבן געװאָרן אין די טעג פֿון געטאָ אױפֿשטאַנד אין אַפּריל אָבער װער האָט עס געשריבן איז אומבאַקאַנט 

דער שרײַבער האָט עס איבערגעגעבן אַ פּױלישער משפּחה און זײַ האָבן עס איבערגעגעבן אַ ייִד װעלכער האָט עס געבראַכט קײַן ישראַל. דער שרײַבער איז געװען אין באַהעלטעניש אָבער ער/זי האָט דאָס געשריבן אײַדער דאָס געטאָ איז פֿאַרברענט געװאָרן דורך די נאַזיס

דער שרײַבער האָט זיך באַהאַלטן אונטער אַ קעלער מיט אַנדערע ייִדן און געזען װי דאָס געטאָ האָט געברענט. זײַ זענען אַרױס פֿון אונטער דעם קעלער מיט נאַסע קלײַדער און נאַסע שמאַטעס אױף זײַערע קעפּ. װען די נאַזיס האָבן פֿאַרברענט דאָס געטאָ זײַנען אַ סך מענטשן װאָס זײַנען געװען אין באַהעלטענישן געשטאָרבן אינעם פֿײַער  

מיר װײַסן נישט װי אַזױ דער שרײַבער האָט זיך ענדלעך געראַטעװעט פֿונעם געטאָ. די געשיכטע װײַזט אונדז אַ סך װעגן לעבן אין די לעצטע טעג פֿונעם געטאָ. מיר רעקאָמענדירן איר זאָלט לײַנען די געשיכטע און איר װעט לערנען פֿיל מער װעגן  װאַרשעװער געטאָ און דעם אױפֿשטאַנד פֿון 19 -טן אַפּריל 1943 

(קוועטשט אויפן בילד צו פאַרגרעסערן)

! ברוך-הבא ! שלום עליכם 

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם 10-טן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ישוב, װי עס זאָל נאָר נישט זײַן

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

 

װעלט נײַעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציִע

?פֿאַרװאָס די יונגע גװאַרדיִע

פֿון דבורה זילבערמאַן

 מיר האָבן אױסגעקליבן דעם נאָמען "די יונגע גװאַרדיִע" פֿאַר אונדזער נײַער צײַטונג װײַל מיר זענען די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה. מיר זײַנען די יונגע גװאַרדיִע פֿון ייִדיש. עס האָט אונדז געפֿאָלן דאָס נאָמען און מיר האָפֿן אַז עס װעט אײַך אױך געפֿעלן. ס'איז אױך באַװוּסט אַז עס איז דאָ אַ ליד װעגן דעם נאָמען. מיר דרוקן דאָ דאָס ליד.

"די יונגע גװאַרדיִע"

(די ערשטע סטראָפֿע)

 דעם מאָרגנרױט אַנטקעגן

 װי נאָר די זון דערשײַנט,

 פֿאַרנעמען מיר די װעגן

 זאָל ציטערן דער פֿײַנט.

 פֿאָרױס, פֿאָרױס מיט פֿעסטע טריט

 מיר צװײפֿלען ניט, מיר װאַרטן ניט,

 װײַל מיר די יונגע גװאַרדיִע *2

 פֿון פּראָלעטאַריִאַט *2