נומער 11 זייט 1 אַפּריל 2003 ניסן, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אַ פֿרײלעך יום-טובֿ פּסח אַלעמען! אײַביקער כּבֿוד די העלדישע װאַרשעװער געטאָ קעמפֿער! דער װאַרשעװער געטאָ אױפֿשטאַנד פֿון פֿײגי זילבערמאַן דעם יאָר מערקט מען אָפּ 60 יאָר נאָך דעם װאַרשעװער געטאָ אױפֿשטאַנד. די װענט פֿון דער װאַרשעװער געטאָ זענען געבױט געװאָרן אין 1940. אין געטאָ האָבן די יוגנט גרופּעס פֿון אַלע עקן פֿון ייִדישן לעבן זיך אונטערגענומען צו אַרבעטן צו העלפֿן אַלע ייִדן אין דעם געטאָ. אינעם זומער פֿון דעם יאָר 1942 זענען 300,000 ייִדן פֿאַרשיקט געװאָרן צום טױטנלאַגער טרעבלינקע. זיגמונט פֿרידריך האָט נאָכגעלאָפֿן די באַנען װאָס האָבן די ייִדן געפֿירט צום לאַגער. מענטשן האָבן זיגמונטן דערצײַלט אַז באַנען מיט מענטשן פֿאָרן אַרײַן אָבער קײַנער פֿאָרט מיט זײַ נישט אַרױס. אױפֿן װעג צוריק צום געטאָ האָט זיגמונט געזען אַן אַלטן חבֿר, װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון דעם לאַגער טרעמבלינקע. זיגמונט פֿרידריך האָט נאָכגעלאָפֿן די באַנען װאָס האָבן די ייִדן געפֿירט צום לאַגער. מענטשן האָבן זיגמונטן דערצײַלט אַז באַנען מיט מענטשן פֿאָרן אַרײַן אָבער קײַנער פֿאָרט מיט זײַ נישט אַרױס. אױפֿן װעג צוריק צום געטאָ האָט זיגמונט געזען אַן אַלטן חבֿר, װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון דעם לאַגער טרעמבלינקע. זיגמונט איז געװען אײַנער פֿון די ערשטע װאָס האָט געװאָרנט די ייִדן פֿון װאַרשע אַז מען דערהרגעט די אַװעקגעשיקטע ייִדן
|
! ברוך-הבא ! שלום עליכם זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ **** רײזעלע זילבערמאַן **** |
|