נומער 11 זייט 2 אַפּריל 2003 ניסן, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
דער װאַרשעװער געטאָ אױפֿשטאַנד פֿון פֿײגי זילבערמאַן מרדכי אַניִעלעװיטש אין 1942 האָט די ז.אָ.ב (ייִדישע קעמפֿערישע אָרגאַניזײַע) זיך געגרײַט, דאָס איז געװען אַ קאָמיטעט װאָס האָט קאָאָרדינירט די בונדישע און די ציוניסטישע קאַמפֿס גרופּעס פֿון ז.אָ.ב. די מערהײט פֿון זײַ זענען געװען די לינקע פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס. די קעמפֿער האָבן אױסגעהרגעט מיטגלידער פֿון דעם יודענראַט און ייִדישער פּאָליצײַ, װײַל זײ האָבן געאַרבעט פֿאַר די נאַציס. די ייִדישע קעמפֿער האָבן זײ געזען װי פֿאַרעטער, אָבער דער ערשטער קאַמף מיט די נאַזיס איז געקומען אין יאַנואַר 1943.י די קעמפֿער האָבן געשאָסן אױף די נאַזיס װען זײ האָבן געװאָלט נעמעם מער ייִדן צו די באַנעם. נאָך אַ פּאָר טעג זענען דײַטשע סאָלדאַטן אַרױס פֿונעם געטאָ. דעם 19טן אַפּריל 1943 איז געװען דער ערשטער טאָג פֿונעם װאַרשעװער געטאָ אױפֿשטאַנד. אפֿשר 700 ייִדישע קעמפֿער האָבן געקעמפֿט אין דעם אױפֿשטאַנד. דער פֿירער פֿון ז.אָ.ב, מרדכי אַניִעלעװיטש איז געשטאָרבן אין קאַמף. טױזנטער ייִדן זענען אומגעקומען װען די דײַטשן האָבן פֿאַרברענט דאָס געטאָ. די װאָס האָבן געהאַט אַ ביסל מזל זענען אַרױסגעקראָכן דורך די קאַנאַליזאַציע קאַנאַלן הינטער דער געטאָ אױף דער אַרישער זײַט פֿון װאַרשע. דער װאַרשעװער געטאָ אױפֿשטאַנד האָט געדױערט לענגער װי אַ מאָנאַט, און מען זאָגט אַז עס האָט געדױערט נאָך לענגער. אַ סך פֿון די קעמפֿערס װאָס זענען לעבן געבליבן, האָבן אױך אָנטײַל גענומען אינעם פּױלישן אױפֿשטאַנד אין װאַרשע אין 1944.י
|
פּסח פֿון דבֿורה זילבערמאַן פּסח איז אַ יום טובֿ פֿון פֿרײַהײט. פּסח לערנט אונדז װעגן פֿרײַהײט און גערעכטיקײט. עס איז װעגן אַ ייִד משה װאָס שטעלט זיך קעגן פּרעה און באַפֿרײט די ייִדן פֿון קנעכטשאַפֿט. פּרעה האָט נישט געװאָלט באַפֿרײען די ייִדן. האָט משה געבראַכט צען מכּות אױף מצרים.י די צען מכּות:י י1.בלוטי2.זשאַבעסי3. קאָמאַרן י4. װילדע חיות י5. קראַנקײט י6. געשװירןי7. האָגלי8. הײשעריקן י9. פֿינצטערנישי10.טױט פֿון די ערשטע געבױרענע װען פּרעה האָט ענדלעך באַפֿרײט די ייִדן זענען זײ אַרױס פֿון מצרים. זײ זענען געגאַנגען צום ים און משה האָט געשפּאָלטן דעם ים און זײַ זענען דורכגעגאַנגען דורך דעם ים. פּרעה האָט געהאַט חרטה און האָט זײ נאָכגעיאָגט און געװאָלט די ייִדן ברענגען צוריק צו מצרים. ער און זײן אַרמײ זענען געלאָפֿן דורכן ים אָבער משה האָט צוריק געגאָסן דעם ים און פּרעה און זײַן אַרמײ זענען דערטרונקען געװאָרן. מיר האָבן אַ סדר יעדן יאָר פֿאַר פּסח צו געדענקען דעם יציאת-מצרים מיט מצות, מאכלים מיט פֿיר כּוסות װײַן. מיר זינגען לידער און לײענען פּאָעמעס. מיר עסן מצה און מיר געפֿינען דעם אַפֿיקומן. פּסח איז אַ גוטער יום טובֿ. האָט אַ פֿרײלעכן פּסח!י
|